כלל ישראל באוויינט הסתלקות פון חסידא ופרישא הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל אבד"ק אביר יעקב תל אביב
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טיפן ווייטאג ווערט פארשפרייט די שווערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, מפארי וזקני הרבנים בארץ הקודש, הגאון הצדיק רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל, רב קהל "אביר יעקב" אין תל אביב, וועלכער איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, אין עלטער פון 84 יאר איבערלאזנדיג א ריזיגער חלל און אן אבידה שאין לה תמורה לדאבון לב כל בית ישראל.
דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן י"ד שבט שנת תש"ב אין שכונת שערי חסד אין ירושלים אלס דער פערטע זון צו זיין גרויסן פאטער הגאון האדיר פוסק הדור רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, וואס האט כידוע פארמאגט א חסידישן אפשטאם בן אחר בן צו הרה"ק רבי אברהם דב מחאמעלניק זצ"ל איידעם פון הרה"ק בעל תולדות יעקב יוסף זי"ע, און א אייניקל פון נאך קדושי עליון תלמידי הבעש"ט הק'.
אין זיינע בחורישע יארן האט ער זיך ממית געווען באהלה של תורה זיצנדיג ביני עמודי דגירסא אין די בארימטע פאנאוויזשער ישיבה ביי יבלחט"א הגאון הגדול רבי ברוך דב פוברסקי שליט"א, וואו ער איז אויסגעשטיגן אלס איינער פון די אריות שבחבורה, א מתמיד עצום וירא שמים מרבים.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רעבעצין שתחי', טאכטער פון הגאון רבי אהרן לעמבערגער זצ"ל, וואס איז געווען א ברודער פון הגה"צ בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, וואס האט געצויגן א הערליכע יחוס צו גדולי רבני אונגארן צווישן זיי דער הייליגע טשענגער רב בעל מנוחת אשר זצ"ל.
זיין שוויגער די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מקאפיטשניץ זי"ע מצדיקי בית רוזין, און איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פון איר פעטער הרה"ק בעל "אביר יעקב" מסדיגורא זי"ע וועלכע האט ליידער נישט זוכה געווען קיין זרע של קיימא, און נאך זיין הסתלקות בשנת תשכ"א האט זיין שווער הגאון רבי אהרן לעמבערגער זצ"ל איבערגענומען דעם בית-המדרש אין תל אביב.
עטליכע יאר דערויף נאכ'ן פטירה פון ר' אהרן אין יאר תשכ"ט האט זיין גרויסן איידעם דער רב ז"ל איבערגענומען די פירערשאפט פון די סאדיגורא קלויז אין תל-אביב, און נתמנה געווארן דורך די רוזינער רב'יס אלס רב ביהמ"ד אביר יעקב , און זייענדיג א דולה ומשקה מתורת רבותיו לאחרים, האט ער איינגעפלאצט דעם סאדיגורער קערל אין די הערצער פון אידישע קינדער אין תל-אביב.
מיט'ן התמנות פונעם רב ז"ל האט די קהילה זיך געגעבן א וועק אויף און פשוט אויפגעבליט, דער רב האט דארט אריינגעבלאזן א רוח החיים, און די קהילה האט אנגעהויבן אויסצושפרייטן אירע פליגלען איבער גאנץ-תל-אביב, מאכנדיג גרויס פארשריט בכמות און באיכות, בויענדיג מוסדות לה' ולתורתו, וואו תורה און חסידות בליט און וואקסט לשם ולתפארת.
מיט איבער פערציג יאר צוריק האט דאס ביהמ"ד זיך אריבערגעצויגן צו א נייע ארט אויף דער 'עלעפאנט גאס' וואו דער רב האט דארט אויפגעשטעלט א ישיבה פאר בעלי תשובה, און א כולל אברכים וואו עס האבן געלעגנט א צאל חשובע גדולי ישראל צווישן זיי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און נאך.
דער רב פלעגט פארלענען מדי יום ביומו שיעורים אין בית-המדרש, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די אידן הצמאים לדבר ה' צו נהנה זיין מאור תורתו פונעם רב. ווער רעדט נאך פון די געהויבענע שבתים, וואס דער רב פלעגט רעדן עטליכע מאל א שבת.
דער רב איז געווען ברייט באקאנט אלס אן אייגנארטיגער דמות און א שילוב וואס פארקערפערט אין זיך תורה, עבודה און גמילות-חסידים מיט אהבת-ישראל אויף א שטארקן פארנעם.
זייענדיג א ברא כרעיה דאבוה פונעם גרויסן גאון ופוסק, איז דער רב געווען א מרא דכולא תלמודא, לא פסיק פימיה מגירסיה, פארמאגנדיג געוואלדיגע ידיעות בכל מכמני התורה, דער רב פלעגט זיצן גאנצע נעכטן איבער זיינע ספרים, און שרייבן תשובות אויף די שווערסטע שאלות לכל שואל, זייענדיג באקאנט מיט זיין שכל הישר בלימוד התורה, זיינע פסקים זענען באקאנט אין דער וועלט, און גדולים וטובים פלעגן זיך פארלאזן אויף זיין דעת תורה.
זיין עבודת-השם און דביקות האט ער מקבל געווען מאבותיו ורבותיו לבית רוזשין-סאדיגורא, און זיינע ווארעמע תפילות בקול בוכים איז געווען א שם דבר.
זיין אהבת ישראל איז געווען אן אייגנארטיגע וואס מען געפינט זעלטן, שעות ארוכות האט ער זיך אוועקגעגעבן פאר אידישע קינדער, אויסצוהערן צרות ישראל און העלפן אידן.
דער רב איז געווען א יחיד מומחה צוריקצוקערן טויזנטער אידן לחיק אביהם שבשמים, זיי פארוואנדלנדיג פאר פולקאמע בעלי-תשובה און ערליכע אידן, וועלכע זענען היינט צו טאגס אן אומאפטיילבארע חלק פון זיין חשוב'ער קהילה, און באשיינען די וועלט פון תורה און עבודת-השם, דער רב האט משלב געווען זיין כח ההוראה מיט די כח פון מחזיר בתשובה זיין, ווען פון גאנץ ארץ-ישראל פלעגן די גרעסטע מחזירי בתשובה זיך ווענדן צו אים מיט שאלות ווי אזוי צו האנדלען אין יעדן פאל, און זיך פארלאזן אויפ’ן ווארט פונעם רב, זייענדיג באצייכנט מיט זיין אייגנארטיגן דרך און שיטה מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, מיט א געוואלדיגע אהבת ישראל און ריכטיגע שפראך.
דער רב האט געמאכט א געוואלדיגע מהפיכה אינעם עולם התשובה, און היינט צוטאגס זענען פארהאן תלמידים פונעם רב וועלכע זענען שוין אליין מחזירי בתשובה אויף זיין מהלך, אזוי אז בכוחו זענען שוין היינט דא טויזנטער טויזנטער בעלי תשובה.
אבל יחיד עשי לך בית רוזין זייענדיג מפארי רבניה, בפרט בחצר הקודש באיאן וואו ער איז געווען פון די יושבים ראשונה במלכות און מגדולי רבני הקהילה.
באזונדער איז דער רב געשטאנען בראש אלס נשיא פונעם מרכז לטהרת המשפחה אין ארץ ישראל וואו ער האט אסאך עוסק געווען מרבה זיין טהרה בישראל און פלעגט אליינס ארומפארן בארבע כנפות הארץ מפקח זיין אויף די מקוואות זעהן אז אלעס איז אויסגעהאלטן כדת וכדין למען קדושתן של ישראל, אין צוגאב איז דער רב געווען דער עומד בראש פון עטליכע מוסדות החינוך וואס זענען געשטאנען תחת נשיאותו הרמה צווישן זיי תלמוד תורה חכמת שלמה אין ירושלים, און סעמינאר אוהל רבקה אין ירושלים.
אין די לעצטע וואך האט דער רב ליידער געליטן פון פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, בשעת כלל ישראל האט מתפלל געווען לרפואתו, ביז דעם שבת נאכמיטאג
ווען ער האט מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה במעמד פון זיינע קינדער און אייניקלעך.
דער רב לאזט איבער א הערליכן דור ישרים מבורך, בנין וחתנין רבנן, וועלכע גייען אין זיינע געהויבענע וועגן, בנו הרה"ג ר' אהרן אויערבאך שליט"א מחבר הספרים הליכות שלמה איידעם פון הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטוורפן, בנו הרה"ג ר' חיים לייב אויערבאך שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, און די חשובע איידעמער הגה"צ רבי אברהם נתן בורנשטיין שליט"א רב בית המדרש ראדאמסק אין בני ברק און ראש כולל הליכות שלמה אין תל אביב זון פון כ"ק אדמו"ר מסאכאטשוב ראדאמסק זצ"ל, און חתנו הרה"ג ר' יוסף מאיר פעלדמאן שליט"א ר"מ בישיבת וויזניץ אין אלעד, זון פון הגה"צ רבי זאב פעלדמאן שליט"א רב דקהל תורה עץ חיים אין לאנדאן.
אין לויף פון די יארן האט זיך דער רב זוכה געווען משדך צו זיין מיט פילע אדמורי"ם און גדולי ישראל צווישן זיי האדמורי"ם מקארלין סטאלין, סלונים, באיאן, לויצק, קרעטשניף ירושלים, בוהוש, דזיקוב וויזניץ, פיטסבורג, דינוב ארה"ק און אשלג.
באזונדער לאזט דער רב איבער זיינע חשובע ברודער הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א מנהיג פון די בני תורה קרייזן, הגאון רבי יעקב אויערבאך שליט"א מראשי ישיבת אור שמח, און הגאון רבי מאיר שמחה אויערבאך שליט"א רב קהילת הר"ן, אזוי אויך זיין שוועסטער אשת הגאון רבי יצחק ירוחם בורודיאנסקי משגיח ישיבת קול תורה.
גדולה האבידה ואין לה תמורה, פרטים איבער די לוויה וועלן נאכפאלגן. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.






תגובות