top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהוראת גדולי ישראל: הרב יעקב אשר וועט איבערנעמען אמט פון הרב משה גפני אלס פארזיצער פון "דגל התורה"

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דער ליטווישע תורה וועלט אין ארץ ישראל איז אויף מיט די דראמאטישע נייעס אינערהאלב די דגל התורה פארטיי ווען דער מנהיג עולם התורה מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א האט געשיקט א פערזענליכע דאנק-בריוו פאר די לאנגיאריגע חברי כנסת הרב משה גפני און הרב אורי מקלב, זיך צו באדאנקען פאר זייער אומערמידליכע עסקנות במשך השנים, און זיי געלאזט וויסן אז מען גייט זיי ערזעצן מיט יונגערע פרישע ענערגיע.


אין דעם בריוו אדרעסירט צו הרב משה גפני דער פארזיצער פונעם דגל התורה פארטיי ווערט ארויסגעברענגט לשבח זיין לאנגיעריגע קאריערע פון עסקנות און געטרייע איבערגעגעבנקייט לטובת הכלל במשך די אלע יארן, צוזאמען מיט דער באשלוס אריינצוברענגען פרישע כוחות וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די פאליטישע אנגעלעגנהייטן, ספעציעל אין אזא שטורמישע תקופה מיט די ביטערע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף די בחורי הישיבות און אברכי הכוללים, פון וואס הונדערטער זענען שוין ליידער ארעסטירט געווארן דורך די רשעי הציונים.


גפני וועט ווייטער פארבלייבן דער פארזיצער פון די נאציאנאלע באוועגונג אינדרויסן פון כנסת, ווען זיין אמט אין כנסת וועט איבערגענומען ווערן דורך דער באקאנטער איש ציבור הרב יעקב אשר געוועזענער מעיאר פון שטאט בני ברק און חבר הכנסת מטעם די דגל התורה פארטיי, וואס איז נתמנה געווארן בהוראת די גדולי ישראל מנהיגי עולם התורה.

תגובות


bottom of page