הכרת הטוב: האד' מצאנז באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א נאכפאלגנדיג די קריטישע וואלן
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין טיפע הכרת הטוב און באדאנקט דעם ראש הישיבה בשם די רבבות אלפי ישראל יושבי ארץ הקודש, פאר זיין אויסטערלישע מסירות נפש, בטרחא דגופא ובטרחא דגברא רבה, וואס ער האט גענומען אין די לעצטע צוויי וואכן, מכתת רגליו צו זיין לארכה ולרחבה פון גאנץ ארץ ישראל, למען הצלחת המערכה פאר'ן עתיד פונעם יהדות החרדית, ביי די בחירות וואס זענען אפגעהאלטן געווארן די וואך.
ביים אריינקומען, האט זיך דער ראש הישיבה אויפגעשטעלט לכבודו פונעם רבי'ן מלא קומתו, און דער רבי האט דורש געווען בשלומו הטוב.
דער באזוך איז געווען קורץ און שארף, ווען דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט געשפירט פאר א חוב ארויסצוברענגען דעם הכרת הטוב בשם כלל ישראל פאר די געוואלדיגע מיה און איבערגעגעבנקייט פונעם ראש הישיבה למען הכלל, אוועקגעבנדיג פון זיין טייערע צייט און כוחות פאר די גורל'דיגע מערכה.
ביים ענדע פונעם באזוך, האט דער ראש הישיבה געבעטן א ברכה פונעם רבי'ן שליט"א צו זיין בעפארשטייענדע נסיעה קיין אייראפע, וואו ער וועט זיך אנשליסן אינאיינעם מיט נאך גדולי ישראל אין נאך א וויכטיגער שליחות לטובת דער "קרן עולם התורה", אויפצוטרייבן שטיצע ביי נדיבים ושועים, אחים לדעה מעבר לים, פארן ווייטערדיגן עקזיסטענץ פונעם עולם התורה.
דער רבי שליט"א האט אים ווארעם אנגעוואונטשן, ונפרדו לשלום.
פריער האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי המקובל הגה"צ רבי שמעון גלאי שליט"א נאך די פטירה פון זיין ברודער רבי מרדכי גלאי ז"ל שו"ב, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע משך זמן.






תגובות