מעמד הודאה בחצה"ק קרעטשניף י-ם לרגל יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף נאך שווערע קאר עקסידענט
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג נאכט העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מעמד הודאה בחצר הקודש קרעטשניף אין ירושלים, לרגל דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל און יבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פון ירושלים.
דער יום ההצלה איז אפגעצייכנט געווארן איין זעכציג יאר דערנאך וואס דער רבי זצוק"ל און זיין זון, דער רבי שליט"א, זענען אינעם טאג ט"ז חשון שנת תשכ"ו אדורך א שווערן קאר עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרית עטה קיין חיפה. בחסדי שמים איז דער רבי זצוק"ל ארויס אומבאשעדיגט, און דער רבי שליט"א איז געווען שפיטאליזירט אין א שווערן צושטאנד פאר א לענגערע תקופה, ביז ער האט זיך שפעטער, בחסדי שמים, גענצליך ערהוילט.
די סעודת הודאה איז כמידי שנה בשנה געפראוועט געווארן ברוב עם הדרת מלך מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים פון איבער'ן גאנצן לאנד.
אין לויף פונעם מעמד זענען געזינגען געווארן ניגוני שמחה והודאה מיט מוזיקאלישע באגלייטונג בשירה וזמרה. בין גברא לגברא האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג מיט דברי הודאה פאר'ן בורא כל עולמים, אויף די גרויסע חסדים בימים ההם הזמן הזה.
שטייענדיג בעפאר די בחירות אין ארץ ישראל האט דער רבי שליט''א אויסגענוצט די געלעגנהייט און שטארק מעורר געווען די חסידים זיך צו האלטן פעלזן פעסט קעגן די קליפת הציונות און זיין אפשיידט פונעם רעיון הציוני מכל וכל און זיך נישט דערשרעקן פון זייערע גזירות מיט חוקים ווייל אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.
דערנאך האט דער גאסט רעדנער הגה''צ המקובל רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט''א משמיע געווען א פייערדיגע דרשה בעניין הודאה און ארויסגעברענגט די חיוב ההודאה וואס ליגט אויף יעדע קרעטשניף'ע חסיד המקושר לאילני דחיי אז דער רבי איז געראטעוועט געווארן און מען קען זיך דערווארעמען במחיצת הקודש.
אויפן אויבן אן האבן באשיינט די רבני הקהילה און דעם רבינס קינדער און איידעמער האדמור"ים והרבנים. דער רבי שליט''א האט מכבד געווען האדמו"ר מקאסאן ירושלים צו זינגען אודה און אב''ד טורקא בני ברק צו זינגען רננו צדיקים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געבענטשט על הכוס און דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נפלאים, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט מיט א געוואלדיגן התלהבות פון וואס מ'האט זיך שווער געקענט שיידן.



























תגובות