top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ותורה יבקשו מפיהו: יערליכע באזוך דורך ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא בהיכל ישיבת מיר אין ירושלים

לפני 59 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

היינטיגן מיטוואך נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך אין די גרויסע מירער ישיבה אויף די איינלאדענונג פון די ראשי הישיבה צו קומען אויפטרעטן מיט א דרשת חיזוק אנציווארעמען די תלמידי הישיבה שטייענדיג אין די גרויסע טעג בין כסא לעשור.


דער היכל הישיבה און אלע אירע פליגלען זענען געווען איבערגעפילט עד אפס מקום ממש דורך די טויזנטער יונגעלייט און בחורים בני תורה וועלכע האבן זיך איינגעזאמלט צו הערן דעם דבר השם ברמה פונעם גאון ישראל, ובראשם האבן זיך אנגעזען די רבני הישיבה אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם גרויסן גאסט ביים אנקומען בשערי הישיבה.


דער ראש ישיבה האט משמיע געווען דברי חיזוק והתעוררות פאסיג צו די יעצטיגער זמן, וואס די טויזנטער בחורים און אברכים, און פילע שוחרי תורה ובני ירושלים, האבן געשלונגען מיט דורשט.


דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ושמחה לרגל ימי הרחמים והרצון, בשעת דער ראש ישיבה איז מעודד די ניגונים בכל כוחו, און האט זיך אינמיטן אויפגעשטעלט טאנצן מיט גרויס התלהבות און געהויבן די מאסן משתתפים אין ריקודין עילאין. צום שלוס האט דער ראש ישיבה אנגעוואונטשן די ראשי ורמ"י הישיבה, און איז ארויסבאגלייט געווארן בכבוד הראוי דורך די טויזנטער תלמידים.


פון דארט איז די ראש הישיבה אריין אין א זייטיגער שטוב אינאיינעם מיטן ראש הישיבה הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א וואו ער האט איבערגעגעבן דברי חיזוק פאר די משתתפים אין די יערליכע "ירחי כלה" וואס ווערט אפגעהאלטן יאר יערליך דורך די מירער ישיבה פאר בעלי בתים חובבי תורה.



תגובות


bottom of page