מעמד קידוש ה': טויזנטער ביי שמחת בית השואבה דורך האד' ממישקאלץ אין גיגאנטישן סטעדיום אין פתח תקוה
מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

געהויבענע שעה'ן פון שמחה והתעלות זענען פאריבער פארלאפענעם חול המועד סוכות אין שטאט פתח תקוה, ווען טויזנטער אידן האבן מיטגעהאלטן דעם גרויסארטיגן מעמד שמחת בית השואבה וואס איז פארגעקומען אין שפיץ פונעם מקרב לבבות בני ישראל לאבינו שבשמים כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א מנהיג הרוחני פון שטאט פתח תקוה, ובעל מחבר ספרי 'אור שלום'.
די געהויבענע מעמד פון קידוש שם שמים האט כמדי שנה בשנה צונויף געברענגט מאסן אידן פון אלע קרייזן און פון אלע סארטן, אנשים נשים וטף וועלכע האבן איבערגעפילט דעם גיגאנטישן "מושבה סטאדיום" מיטן איינעם און ריינעם ציל להטות שכם אחד, אגדו אלו עם אלו, לעשות אגודה אחת לעשות רצון אבינו שבשמים, די גאנצע אוונט איז געווארן באגלייט מיט הערליכע מיוזיק דורך בארימטע בעלי מנגנים פון ארץ ישראל און פון אויסלאנד.
די זיכערהייט באאמטע אינאיינעם מיט די פאליציי האבן אין לויף פונעם מעמד ב"ה געהאלטן קאנטראל מיט אלע זיכערהייט מאסנאמען, און בד"ץ מישקאלץ האט זיכער געמאכט אז די גדרי צניעות ווערן געהאלטן גאר שטרענג אזוי ווי עס פאסט פאר אזא כנסיה לשם שמים.
די הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען דער פייערדיגער דרשה פון כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א וועלכער האט במעמד טויזנטער אידן פון אלע פראקציעס ארומגערעדט בדברים חוצבים מעניני השעה איבער די ביטערע גזירת הגיוס אין ארץ הקודש, און ארויסגעברענגט דעם גרויסן חשיבות פון לימוד התורה און ווי עס היט אפ אויף כלל ישראל. דער רבי שליט"א האט אויסגעשריגן בלהבת אש, "מען רופט אן די ישיבה לייט 'עריקים' - פארקערט די וואס זענען מונע פון בני הישיבות לערנען די הייליגע תורה זיי זענען די עריקים, וואס האבן זיך אפגעשיידט פון די לימוד התורה און זיי ברענגען צו חלילה מלחמות און צרות רחמנא ליצלן.
דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט מרחיב געווען מפי ספרים וסופרים איבער דעם ענין, און באזונדער זיך באצויגן איבער די בני תורה וואס ווערן איינגעשפארט אין טורמע צוליב דעם איינציגסטן זינד פון וועלן ווייטער זיצן און לערנען, און אויסגעשריגן 'אשריכם שנתפסתם על דברי תורה'.
בסיום הדברות קודש האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט "קבלת עול מלכות שמים" בקול חוצב להבות אש ווען די שטימע פון "שמע ישראל" האט אפגעקלונגען למרחקים בחוצות העיר און אנגעצינדן די נשמות לאביהם שבשמים.
דערנאך איז געהערט געווארן א אויפטריט פונעם מעייר פון פתח תקווה מר רמי גרינבערג וועלכע האט אויסגעדריקט די שטאלץ פון פתח תקווה צו פארמאגן אזא מנהיג ווי דער מישקאלצער רבי שליט"א, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין לכבוד המועד בעת דער רבי איז מעודד די ריקודין מיט גרויס ברען
צום שלוס פונעם מעמד זענען די מאסן משתתפים דורך אל מול פני הקודש זיך וואנטשן פונעם רבי'ן שליט"א בברכת המועד, וואו דער רבי וואנטשט יעדער מיט א געוואלדיגע הארת פנים, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.















































תגובות