top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעיינותך חוצה: הילכיגע קול תורה דורך חסידי וויזניץ תחת כפית הרקיע דעמאנסטרירט זעקת התורה קעגן ביטערע גזירת הגיוס

  • 2 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער

אין א פרישן שטאפל ארויף אינעם אש קודש וואס נעמט ארום דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל תובע צו זיין עלבונה של תורה און מוחה זיין קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, איז מיט א געוואלדיגע הצלחה נעכטן אפגעהאלטן געווארן די אייגנארטיגע עצרת "זעקת התורה" אפגעהאלטן דורך ק"ק וויזניץ עפ"י פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


דער עצרת מחאה איז אפגעהאלטן געווארן אויף א מערקווירדיגע פארמאט, ווען הונדערטער חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט צו די אפיסעס פון די אטורני דזשענעראל ביורא, פארוואנדלנדיג דעם ריזן שטח אויף די גאסן ארום אלס פולשטענדיגער קאכעדיגער ביהמ"ד, וואו דער עולם האט זיך געזעצט לערנען מיט פלייס שיעורים כסדרן, זייענדיג די ריכטיגע גירא בעינא דשטנא און שארפסטע אות מחאה קעגן די רשעי הציונים וואס זענען ארויס אין א מלחמה קעגן די תורה הק' ולומדי'.


דער עצרת האט זיך אנגעהויבן מיט תפלת מנחה, פאר'ן עמוד האט געדאוונט העסקן ר' מרדכי באבטשיק, געהילף פונעם שלוחא דרבנן הרב יצחק גאלדקנאפף וועלכער האט זיך דערביי באטייליגט אינאיינעם מיט די אנדערע חברי כנסת פון די חרדי'שע פארטייען.


דערנאך האט מען זיך געזעצן אויפ'ן סדר הלימוד, א מחזה הוד איז געווען צו זען הונדערטער חסידים פון יעדן עלטער, אנגעהויבן פון די זקני בעה"ב ביז אראפ צו די פרישע יונגעלייט, כולם נקבצו, קאכן אריין בעסק התורה, זיצנדיג אויסגע'שורה'ט עדרי עדרי לומדים מיט די גמרות.


דער סדר הלימוד האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע שעה, און דאן האט מען געהערט דברים חוצבים דורך הרה"ג ר' יצחק הערש געשטעטנער דומ"ץ וראה"כ וויזניץ אלעד, וועלכער האט ארויסגעברענגט די מטרה אז מ'איז נישט דא מוחה צו זיין קעגן די עצם געזעצן אדער די געלט וואס ווערט אפגעהאלטן פון למדי תורה, נאר מ'איז דא פאר איין ציל, תובע צו זיין עלבונה של תורה.


הרב יוקל ווייס ראש ישיבת וויזניץ האט פארגעזאגט עול מלכות שמים, ווען דער גאנצער ציבור זאגט נאך בקול גדול וואס הילעכט אפ ווייט אוועק.


די עצרת האט אנגעברענגט אן אלויפעניש פון פילצאליגע מידיא לייט פון די גרעסטע מידיא נעצן אין לאנד, וועלכע האבן פארשפרייט די תורה'דיגע סענזאציע אויף אלע מידיא קאנאלן, שאפנדיג א געוואלדיגע קידוש ה' און שארפסטע קול מחאה אויפ'ן עלבון התורה מיט די גזירת הגיוס.


עס איז געווען צום באגריסן די איידלקייט און דרך ארץ'דיגע באנעמונג ביים גאנצן ציבור, ווען יעדער איז געווען פארטאן אין לערנען, און קיינער האט נישט געענטפערט פאר די מידיא, און נישט אנגעזייעט קיין טומל און געפעכטן, ווי ס'פאסט זיך פאר לומדי תורה.


נאכ'ן עצרת האבן די ראשי העסקנים איבערגעגעבן א לעבעדיגע באריכט טעלעפאניש פאר'ן רבי'ן שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגע טעג אין שווייץ אויף אפרו, און דער רבי האט אויסגעדרוקט א שטארקע קורת רוח פון די געוואלדיגע הצלחה.



תגובות


bottom of page