היסטארישע אסיפה צווישן חברי מועצת גדולי התורה האדמו"רים מצאנז און מודזיץ און מנהיגי עולם התורה איבער גזירת הגיוס
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

ווי ברייט באריכטעט איז היינטיגן מיטוואך אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה נחוצה דורך כ"ק האדמורי"ם מצאנז און מודזיץ שליט"א וועלכע זענען אראפגעפארן למעונו פון מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, בשליחות פונעם מועצת גדולי התורה, מיטן ציל אויסצוהאמערן א פאראייניגטע החלטה אנבאלאנג דעם נייעם חוק הגיוס וואס ליגט אויפן טיש ביי די גדולי ומאורי הדור, נאכפאלגענדיג די אסיפת "מועצת גדולי התורה" וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענע מיטוואך שמות אין ירושלים.
ביים אסיפה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו א שעה צייט, האבן זיך אויך באטייליגט מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א און הגאון רבי צבי ראבינאוויטש ראש ישיבת באיאן, בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואו מען האט פרובירט אויסצוארבעטן א מהלך אפצוראטעווען דעם עולם התורה פון דעם שרעקליכן מצב. ווען די אדמורי"ם שליט"א האבן אראפגעלייגט זייערע ספיקות וואס איז אויפגעקומען בעת די אסיפת מועצת גדולי התורה פאריגע וואך, ארויסברעגענדיג, אז ביים אסיפה האט מען גאר ערנסט אריינגעקלערט צו גענצליך איגנארירן דעם גזירה, און נישט גיין ווייטער מיטן יעצטיגן "חק הגיוס" פלאן, אפגעזען די קאנסוקווענסן דערפון אז מען זאל דארפן צוליב דעם אויפלעזן די רעגירונג און גייען אויף בחירות, היות וואס די שלטונות גייען אן ווייטער מיט זייערע ארעסטן אויף בחורי ישראל וועלכע ווערן איינגעשפארט בעוון לימוד התורה.
די אדמור"ים האבן דערביי פארגעשטעלט פאר די ראשי הישיבות די שטעלונג פון די חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, וועלכע זענען זיך פה אחד מתנגד צו די יעצטיגע "חק הגיוס", צוליב דעם וואס עס נעמט ארײן גאר שווערע סאנקציעס אפילו אויף לומדי תורה, און וועט אויך גורם זיין אז א געוויסע פראצענט בחורים וועלן מוזן חלילה אריינגיין אין מיליטער, און דערביי ארויפגעברענגט נאך זארגן און שוועריקייטן וואס עס קען ארויסקומען פון דעם געזעץ לויטן יעצטיגן פארעם.
נאך דעם וואס די ראשי הישיבות האבן אויסגעהערט אלע צדדים בכובד ראש, און דורכגעטון אלע טענות אנבאלאנגט דעם געזעץ, האבן זיי באשלאסן אז טראץ די שווערע קאמפליקאציעס פון די יעצטיגע חק און די התנגדות דערקעגן, איז אבער לעת עתה די איינציסטע מהלך וויאזוי מען קען מאכן ווייטערדיגע פארשריט לתועלת הענין, אז מען גייט ווייטער מיט דעם געזעץ.
די ראשי הישיבות שליט"א האבן קלארגעשטעלט, אז די באשלוס וואס עס איז גענומען געווארן, איז נאר בלית ברירה, נאך וואס אין די יעצטיגע שווערע פלאנטער איז דאס דער בעסטער וועג וויאזוי מען קען זיך ארויסדרייען און ראטעווען ווי מער בחורים לומדי תורה פון דארפן דינען אין מיליטער און פון די שווערע סאנקציעס וואס די רעגירונג האט ארויפגעשטעלט אויף בחורים וואס שטעלן זיך נישט אין מיליטער.







תגובות