היסטארישע "אסיפת רבנים" מיט בני האדמורי"ם פון צענטראלע ניו יארק'ע קהלות דן צו זיין בעניני טעכנאלאגיע
- Bechatzros admin
- לפני 13 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש

א היסטארישער אסיפה איז היינט אפגעהאלטן געווארן דורך די רבנים ודיינים פון די גרעסטע קהלות קדושות איבער ניו יארק, אינערהאלב דעם פאראייניגטער "ועד הקהלות" קערפערשאפט וואס גיט זיך אפ מיט ברענגען געזיגלטע און פארזיכערטע טעכנאלאגיע פאר'ן היימישן ציבור דורך היימישע פירמעס, צו פארזיכערן דעם סטאנדארט פון א בעיסיק סעלפאון, צוגעשטעלט היימיש פון אלע סארטן, אפגעהיטן פון יעדן מכשול.
דער היינטיגער אסיפה איז געווען די דריטע אין די רייע במשך די לעצטע קרוב צו דריי יאר זינט דעם היסטארישער גרינדונג פון ועד הקהילות אין זומער תשפ"ג. ספעציעל איז יעצט שטארק עומד על הפרק די נושא פון AI אויף סעלפאונס, דורכצוטון דעם מציאות פון טעלעפאן קאלס און טעקסט מעסעדזשינג מיט נומערן וואס גיבן אויטאמאטישע ענטפערס אויף אלע סארט שאלות, א שטארקע פראבלעם וואס האט אנגעהויבן פלאגן היימישע שטובער מער און מער, און נאך לאנגע חדשים ארבעט איז דער ועד הקהלות אנגעקומען צו א מהלך פון קענען בלאקירן די אלע נומערן אויף יעדע פאון דורכ'ן טעלעפאן פירמע.
די אסיפה איז פארגעקומען אין א לאקאל אין ניו דזשערסי, זייענדיג א מיטל-פונקט צווישן ברוקלין און אפסטעיט, פון וואו די רבני הקהלות זענען געקומען צו פארן. דאסמאל, האבן די ראשי העדה מרנן האדמורי"ם שליט"א מנהיגי הקהלות, אראפגעשיקט אלס פערזענליכע שליח צום אסיפה זייערע קינדער, בנים על אבותם, צו זיין א שליח אויפ'ן פלאץ און מיטהאלטן די דיונים אינאיינעם מיט די טעכנאלאגיע-רבנים און עסקנים פון יעדע קהלה וקהלה, און מחזק זיין דעם היסטארישן אונטערנעמונג.
עס האבן זיך אנגעזען די בני האדמורי"ם פון ניו יארק ווי פאלגענד: הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א; הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א; הגה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א; הגה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א; הגה"צ רבי מאיר יוסף רובין שליט"א דומ"ץ ראחמיסטריווקא חדב"ן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, און הגה"צ רבי נפתלי האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א.
געעפנט דעם אסיפה האט דער מזכיר פון ועד הקהלות, הרה"ח ר' דוד לייב גרינפעלד הי"ו, וואס האט באגריסט די רבנים שליט"א און באדאנקט בשם כל הקהל פאר'ן אוועקגעבן טייערע צייט פאר דעם צוזאמקום.
דאן האט דער מזכיר אויפגערופן דעם יו"ר פון די אסיפה, הרה"ג ר' יעקב יוסף ווייס שליט"א ר"מ אמרי חיים וויזניץ, וואס האט פון דארט אן ווייטער אנגעפירט מיט די אסיפה, און געהאלטן ארדענונג אויף די מערערע נושאים וועלכע זענען אויפגעברענגט געווארן במשף די אסיפה, דבר דבור על אופניו בהשכל ובדעת.
דער יו״ר איז איבערגעגאנגען די השתלשלות פונעם גרינדונג און פארוואס ס׳האט אויסגעפעלט צו גרינדן אזא פאראייניגטע ועד, ער האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן אין אנהויב סיי טעכניש און סיי אין צוזאמברענגען אלע מיינונגען ביז ס׳איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט גינסטיגע רעזולטאטן.
ר׳ ברוך אליעזר אייזענבערגער יו"ר ועד לטהר דק"ק סקווירא האט מסביר געווען אז די מציאות היינט איז אנדערש ווי אמאל, און ארויסגעברעגנט די נחיצות צו האבן א סטאנדארט מיט א זיגל אויף יעדע סעלפאן און נישט קויפן און נאכדעם זיגלען; די סעלפאן פירמעס ארבעטן מיט OTA סאפטוועיר אפדעיטס וואס טוישן אינגאנצן דעם פאון, יעדע אפדעיט קען עפענען אינטערנעט און צולייגן עפפס, ממילא העלפט נישט כשר׳ן דעם פאון נאר ביים איינקויפן, דאס אלס איז א הויפט יסוד פארוואס דער ועד איז געווארן קריטיש, ער האט אויסגעשמועסט דער פראבלעם פון פירמעס וואס שרייבן כשר אדער מאושר אויף פאונס מיט עפפס און אימעיל, דער מושג אז א בעיסיק סעלפאן איז כמעט געווארן א פארגאנגענהייט, און דער ריזיגער היימישער מארקעט פאר עכטע בעיסיק פאונס אן אינטערנעט עפפס.
הרה"ג ר' משה יואל כ״ץ שליט"א ר"מ בישיבה גדולה דסאטמאר וויליאמסבורג האט גערעדט איבער די MP3 מציאות און די מכשולות אין ישיבות, און באטאנט אז ס'איז שוין היינט דא 14 כשר׳ע MP3׳ס אין געשעפטן מיטן מוכשר זיגל.
הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ קרית יואל, פון די אקטיווע רבני הועד האט פארגעשטעלט וויאזוי עס איז געווארן אוועקגעשטעלט דער סיסטעם פון געבן א זיגל, און עס איז ארויסגעברענגט געווארן די וואוקס פון אידישע פירמעס וואס פראדוצירן כלים מיט'ן זיגל און קומען זיך אראפזעצן מיט די עסקנים און מיט די רבנים צו זיכער מאכן אז זיי קומען נאך אלע פאדערונגען צו האלטן דעם היימישן סטאנדארט כשר און אויסגעהאלטן.
אינצווישן די דרשות האבן די רבנים שליט"א, צווישן זיך דן געווען אויף מערערע נושאים, און מערערע מאל האבן די בני האדמורי"ם שליט"א געשטעלט שאלות צו קענען איבערגעבן ווייטער קלאר אויף וואס ס'איז דא צו דן זיין, און מען האט נושא ונותן געווען סיי אויפ'ן פראצעדור פון האנדלען מיט יעדע פירמע און געבן א זיגל. במיוחד איז געווארן ארומגעשמועסט איבער די וויכטיגקייט צו האלטן דעם סטאנדארט אז א פאון זאל בלייבן אדער כשר "טאלק אנלי", אדער "טאלק ענד טעקסט", אבער מער פון דעם איז שוין נישט בגדר א בעיסיק פאון.
ביים אסיפה איז פארגעשטעלט געווארן א שטארקע פרעזענטאציע דורך הרה"ח ר' שלמה בוים הי"ו פון די מייקראסאפט טיעם, וואס פארשטייט שטארק צו טעכניק, און ער האט מסביר געווען פאר די רבנים שליט"א וויאזוי AI ארבעט, אויף וואס דאס ווערט גענוצט, די היסטאריע דערפון, און וואס מ'קען נאך ערווארטן אויפ'ן עתיד, וויאזוי די ביזנעס וועלט האט זיך ממש געטוישט דערמיט, וואס נאר דורכ'ן דאס פארשטיין קען מען ארויסהאבן די מהלכים וואס ס'איז שייך צו טון דאס צו קאנטראלירן אז ס'זאל נישט ברענגען קיין מכשולות.
דערנאך האט הרה"ח ר' רפאל שלמה שלאף הי"ו יו"ר ועד חומת הדת דק"ק באבוב-45 גערעדט און גענומען די נושא ווייטער, וויאזוי די באנוץ פון AI קלאפט אויס הלכה למעשה פאר'ן ענד יוזער. ער האט מסביר געווען אז מצד אחד איז דא א גרויסע צורך דערויף אין די באלבאטישע גאס, אין די ביזנעס וועלט, און מצד שני איז דא די פראבלעמען וואס זענען מיטגעקומען, און דאס פרובירט מען צו באהאנדלען בהשכל ובדעת.
פארשידענע שאלות איבער די נושא AI זענען געווארן פארגעלייגט, טייל זענען געווארן מוחלט, און טייל וועלן די רבנים דן זיין ווייטער מיט די פירנדע אדמורי"ם און צוזאמברענגען די מיינונגען און דעת תורה אין די נאנטע וואכן.










































