top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רכבו ופרשיו: טויזנטער תושבי ארה"ק מאביליזירט אין ריזן "קאר פיטעקינג" להרעיש תבל ומלואה קעגן גזירת הגיוס

  • 23 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א שטורמישע אנטוויקלונג אין די פראנט-ליניעס פונעם יהדות החרדית בארה"ק אפצושרייען די שרעקליך-פארשארפטע גזירת הגיוס און נאכאנאנדע ארעסטן איז על פי קריאתם פון די גדולי ישראל, אדמור"ים, מנהיגי הקהילות און רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, באשטימט געווארן אויף מארגן מיטוואך א ריזן "קאר פיקעטינג" דעמאנסטראציע, אין וואס עס וועלן זיך אנשליסן טויזנטער מקדשי שם שמים פון איבער גאנץ ארה"ק, וועלכע וועלן ארויספארן מיט זייערע אויטאס און אויסרופן דעם קול מחאה אדירה להעביר רוע הגזירה.


עס איז באשטימט געווארן צענדליגער "ארויספאר-סטאנציעס" פון קרוב צו 20 שטעט איבער גאנץ ארה"ק, דאס נעמט אריין ירושלים, בני ברק, ביתר עילית, בית שמש, גבעת זאב, מודיעין עילית, אשדוד, ערד, קרית גת, צפת, טבריה, חצור הגלילית, נוף הגליל, אלעד, עמנואל, חיפה, נתניה, רחובות, און עפולה.


פון אלע סטאנציעס וועלן זיך ארויסלאזן מאסן אויטאס ווען אויפ'ן וועג וועלן זיך צושליסן פרישע שיירות פון אויטאס פון אלע שטעט און דערפלעך אונטערוועגנס, פון אלע עקן לאנד וועלן שטראמען ענדלאזע ליניעס אויטאס אויפ'ן וועג צום כלא נומער 10, וואו די רשעי הציונים פארהאלטן פילצאליגע בחורי ישראל אין ארעסט.


אלע אויטאס וועלן באקלעפט ווערן מיט שרייענדע פלאקאטן און הויכע פענער, און באזונדער וועלן אינסטאלירט ווערן מיקראפאנען דורכאויס די תהלוכות וואס וועלן אויסרופן דעם קול מחאה, און וועט שטורעמען די גאנצע לאנד מיט'ן אויסשרייען די ביטערע וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די שלטון הרשע אין אירע פינסטערע גזירות.


היינטיגן דיסנטאג איז ארויסגעגעבן געווארן די הוראות הקודש פון די גדולי האדמור"ים בארה"ק מיט א רוף צו די חסידים זיך אנצושליסן אין די תהלוכה לשם שמים, צווישן זיי ציילן זיך חצרות הקודש גור, בעלזא, וויזניץ, צאנז, סלונים, סלאנים, סערט וויזניץ, ערלוי, טשערנאביל, דאראג, אלכסנדר און נאך פיל.



תגובות


bottom of page