הונדערטער בני ירושלים האבן באגלייט למנוחות בנש"ק הרה"צ רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: JDN
נעכטן דינסטאג מיטאג צייט איז דער ארון פון שריד לדור דעה בנש"ק הרה"צ רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן אנגעקומען קיין ארץ ישראל לקבורה. די לויה האט זיך אנגעהויבן אינעם בית הלויות שמגר אין ירושלים וואו עס זענען געהערט געווארן א רייע הספדים.
שפעטער איז די לויה דורך דעם באיאנער קלויז אויף די מלכי ישראל גאס, וואו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז ארויס בראש קהל עדתו אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר ידידו וריעו דער נפטר ז"ל, וועלכע איז יארן לאנג געווען פון די מתפללים קבועים פונעם באיאנער קלויז אין די וועסט סייד און פון די גרויסע תומכים פון די באיאנער מוסדות. דער רבי שליט"א האט באגלייט די מיטה א כברת דרך און דערנאך געזאגט קדיש.
פון דארט איז די לויה אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, וואו א ריזיגן ציבור חסידי גור זענען בפקודת הקודש ארויסגעקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן נפטר, וועלכער האט געשטיצט די גערער מוסדות מיט פאנטאסטישע סומעס און אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיט די גערער הויף רבות בשנים. כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז ארויסגעקומען צו די לוויה אויף די טאראסע בביתו נאוה קודש, און מיטגעהאלטן די הספדים פונעם פלאמעניק כ"ק אדמו"ר מקאמארנא בית שמש שליט"א, הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א דעם רבינ'ס זון, און הרב יונתן בורנשטיין הי"ו מנכ"ל איחוד מוסדות גור.
דערנאך איז די מיטה אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד קאמאררנא אין די גאולה געגנט, בית מדרשו פון זיין פאטער הרה"ק רבי חיים יעקב מקאמרנא זי"ע, וואו עס האבן מספיד געווען רבנים חשובים קרובי המשפחה, פון דארט האט מען באגלייט די מיטה צום הר הזיתים וואו ער איז געקומען לקבורה בחלקת אבותיו.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

































תגובות