top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אוהל הק' פון הרה"ק רבי צבי הירש מלומאזש זיע"א אין ווארשא פראכטפול באנייט צום הונדערטסטע יארצייט

  • לפני 56 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויס התרגשות און קורת רוח הערשט ביי פילע חסידים ואנשי מעשה און ביי חסידי גור בפרט, ווען אין די יעצטיגע טעג איז פראכטפול באנייט געווארן דער אוהל הקדוש אויפן ציון פון הרה"ק רבי צבי הירש מלומאזש זיע"א, אין דעם גרויסן גענשא בית החיים אין ווארשא, אפצייכנענדיג גאנצע הונדערט יאר זינט זיין הסתלקות לגנזי מרומים ביום ג' אלול תרפ"ו.

דער בעל ההילולא הרה"ק רבי צבי הירש מארגענשטערן מלומאזש זיע"א, פון די געהויבענע צדיקי דורו אין פוילן, איז געווען א רעכטער אייניקל פון די שני מאורות הגדולים הרה"ק דער שרף מקאצק זיע"א און הרה"ק רבי יעקב אריה מראדזימין זיע"א, ביי וועמען ער האט זיך מסתופף געווען אין זיינע יונגע יארן.

אין זיין יוגנט, זייענדיג אלט בלויז 21 יאר, נאך די הסתלקות פון זיין פאטער הרה"ק רבי דוד מקאצק זי"ע, איז ער שוין נתעלה געווארן אלס מנהיג עדה בישראל, פירנדיג זיין רביסטעווע אין ראדזימין, דערנאך אין לומאזש, און אין די שפעטערדיגע יארן אין די גרויסער שטאט ווארשא, וואו ער האט מכהן געווען באדמורו"ת פאר איבער א יובל יארן זייענדיג באקאנט אלס דער "זקן אדמו"רי פוילן".

כיום ציילן זיך צווישן זיינע אייניקלעך די גדולי האדמורי"ם, כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א.

נאך זיין הסתלקות בשנת תרפ"ו איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל ביים מקום מנוחת קדשו, אבער דורכאויס די מלחמה איז דאס גאנצע ארט חרוב געווארן עד היסוד און די מצבות זענען פארשוואונדן געווארן אן קיין שום צייכן. מיט יארן שפעטער, בשנת תשמ"ה, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט אונטערגענומען זיין נסיעה קיין פוילן צוריק צו שטעלן קברי אבותיו, האט מען נאך נישט זוכה געווען צו אנטדעקן דעם גענויען ארט. ערשט שפעטער, נאך אינטענסיווע עסקנות דורך א גראפע גערער חסידים, האט מען בסייעתא דשמיא אנטדעקט דעם ארט, און בשנת תשמ"ט איז דער אוהל דאס ערשטע מאל איבערגעבויט געווארן, און איז אין לויף פון די יארן אריבער רענאוואציעס.

אין די לעצטע יארן האט זיך דער סטרוקטור פונעם אוהל שטארק נאכגעלאזט און עס האט געהאלטן ביים איינפאלן. דא איז אריינגעשפרונגען אין די קאמפליצירטע ארבעט דער בארימטער עסקן הרב שלמה קופולוביץ, וועלכער האט אינאיינעם מיט א רייע עסקנים און אייניקלעך פונעם צדיק אונטערגענומען א מיסיע לחדש אורה פונעם הייליגן אוהל ולהחזיר כבודה כבתחילה, און ב"ה זוכה געווען לברך על המוגמר לבנות הנהרסות ולהחזיר עטרה ליושנה, אהערשטעלנדיג א שפאגל נייעם אוהל אויפ'ן ציון הקדוש, וואו אידישע קינדער וועלן קענען קומען בהרחבת הדעת זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים גרויסן פועל ישועות און פועלן אלעס גוטס.

דעם זונטאג ג' אלול, לרגל די הונדערטסטע יארצייט, זענען זיך צוזאמענגעקומען אין ווארשע א גרויסע משלחת פון די חשובע צאצאים, בראשות הרבנים הגאונים הצדיקים קינדער פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א: הרה"צ רבי נחמיה אלתר, הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר, און הרה"צ רבי שמעון רוטשטיין, אינאיינעם מיט א צאל עסקנים, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א תפילת רבים נאכגעפאלגט מיט א מעמד זיכרון אויפן הויפט גאס פונעם בית החיים, וואו מען האט געהערט שיינע דרשות פון די חשובע רבנים און עסקנים, וועלכע האבן מרחיב געווען בגודל קדושתו פונעם צדיק מיט רגשי הכרת הטוב פאר די געטרייע עסקנים און אייניקלעך וואס האבן אנטיילגענומען אין דעם גרויסן פראיעקט.



תגובות


bottom of page