אבל גדול: לעגענדארע בעל קורא בחצה"ק גור הרה"ח ר' יודל טויב ז"ל פלוצלימג נפטר געווארן אין ביהמ"ד הגדול גור
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: גערער חסידים די בכל אתר ואתר זענען געכאפט געווארן אין שאק הערנדיג די בשורה קשה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרה"ח רבי יודל טאוב ז"ל, לעגענדארע בעל קורא בחצר הקודש גור, וואס איז היינט פלוצלינג נפטר געווארן, נאכ'ן צוזאמפאלן אינעם גרויסן בית המדרש דחסידי גור אין ירושלים. טראץ מערערע פרואוון האבן די הצלה ליידער געמוזט באשטעטיגן זיין פטירה, זייענדיג אלט בלויז 76 יאר.
רבי יודל זצ"ל איז געווען פון די חשובי בני עלייה אין א גור, א תלמיד חכם און מרביץ תורה, וועלכער האט קרוב צו פינף און צוואנציג יאר בקביעות איבערגעגעבן א דף היומי שיעור אין ירושלמי אינעם גרויסן גערער בית המדרש אין ירושלים. ער האט אויך געדינט אלס איינער פון די ראשי הנהלת כולל פולין פאר איבער דרייסיג יאר, נאכדעם וואס ער איז פארבעטן געווארן דורך הרה''ק בעל פני מנחם מגור זי"ע צו נעמען אויף זיך דעם עול הכולל.
דער נפטר איז געווען אן איידעם ביי הרב חיים משה קנופף ז"ל, דער לאנגיאריגער בעל קורא אין גור און ראדאקטאר פון די היימישע "המודיע" צייטונג. נאך זיין שווער'ס פטירה האט ער איבערגענומען דעם אמט אלס בעל קורא אין גור, א תפקיד וואס ער האט אנגעהאלטן גאנצע 25 יאר, מידי שבת בשבתו, ומועד במועדו, מיט זיין מעכטיגן שטימע וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד און די אויסטערלישע קלארקייט און דקדוק מיט וואס ער האט געליינט אין די תורה.
ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיטן רבי'ן דער פני מנחם זי"ע, און עטליכע פון זיינע קינדער זענען היינט באקאנט אלס מרביצי תורה און עסקנים אינערהאלב די קהילות הקודש דחסידי גור.
די לוויה גייט ארויס היינט 9:30 אויפדערנאכט פונעם בית הלוויות שמגר אין ירושלים און וועט דורכגיין פארט פון ביהמ"ד הגדול גור אויף רחוב ירמיהו אין ירושלים וואו כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א וועט ארויסקומען צו די לוויה.
ת.נ.צ.ב.ה.

