ברוך דיין האמת: הרה"צ הישיש רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן נפטר געווארן אין עלטער פון 91 יאר
- לפני 13 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: פון ניו יארק קומט אן די ביטערע בשורה איבער דער פטירה בשיבה טובה פון פאר מקדושים מגזע הייחוס הרה"צ רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן, וועלכער איז דעם שבת נפטר געווארן אין עלטער פון 91 יאר.
רבי יהושע, ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה, איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ"ה אין שטאט אונגוואר אין סלאוואקיי צו זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר רבי חיים יעקב מקאמארנא זצוק"ל וואס האט געצויגן א הערליכע יחוס בן אחר בן צו צדיקי בית קאמארנא ולמעלה בקודש, און צו זיין מוטער די רעבעצין וועלכע איז געווען א טאכטער פון הגה"צ רבי יצחק פלאם זצ"ל מקארטשין, אליינס א גרויסן יחסן, מגזע הרה"ק בעל שר שלום זי"ע מבעלזא, הרה"ק רבי שלמה מלוצק זי"ע, הרה"ק רבי שמואל אהרן מקארטשין זי"ע און נאך קדושי עליון.
זיין פאטער דער קאמארנער רבי, איז אין יאר תשכ"ב ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים, וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין בית מדרש אין די גאולה געגענט, נאנט צו כיכר השבת. אינצווישן האט רבי יהושע חתונה געהאט מיט זיין רעבעצין, א טאכטער הרה"ח רבי משה מנחם ראזלער זצ"ל, מיט וועם ער האט אויפגעשטעלט א הערליכע חסידישע שטוב.
ער האט אלע יארן געוואוינט אין מאנהעטן און איז געווען א געלונגענער איש מוצלח, ער האט געפירט פארצווייגטע געשעפטן פון וואס ער האט געזעהן גרויס הצלחה, און פארדינט פאנטאסטישע סכומים, פון וואס פילצאליגע מוסדות התורה און חסד ארגאניזאציעס האבן נהנה געווען במשך השנים.
ספעציעל האט ער זיך געלאזט קאסטן שווערע מיליאנען פאר איחוד מוסדות גור, און איז געווען גאר מקורב ביי יבלחט"א כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א במשך צענדליגער יארן, דער רבי שליט"א האט צו אים ארויסגעוויזן אן אויסטערלישע הערכה און אים מכבד געווען אין יעדן געלעגנהייט.
אזוי אויך האט ער שטארק געהאלפן און געלאזט רענאווירן דעם בארימטן קאמארנא ביהמ"ד וואס זיין פאטער האט אויפגעשטעלט אין ירושלים.
די לויה קומט פאר היינט זונטאג 11:00 פארמטאג, פון די שומרי הדת טשאפל אין בארא פארק. דער ארון וועט דערנאך געפירט ווערן קיין ארץ הקודש לקבורה, וואו עס וועט פארקומען א גרויסער לוויה ביים ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים. שנשמע ומתבשר בשורות טובות.






תגובות