top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הוקרה ביי האד' מגור לכבוד הנגיד ר' יואל לאנדא צום קנין זכות פון צוויי נייע חתונה זאלן פאר חסידי גור אין ירושלים און ערד

  • לפני 36 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


אן אייגנארטיגער מעמד הוקרה און מסיבת לחיים איז היינט נאכמיטאג אפגעראכטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין ירושלים, לכבודו פונעם וועלט-בארימטן שר הצדקות והחסד הנגיד ר' יואל לאנדא פון ניו יארק, וועלכער האט בייגעשטייערט א פילאנטראפישע נדבה פון קרוב צו "דריי מיליאן דאלער", אויפצובויען צוויי הערליכע חתונה זאלן אין ערד און אין ירושלים, וואו חסידי גור וועלן קענען חתונה מאכן פאר שפאט ביליג, לויט די תקנות הקהילה.


דאס איז געקומען אין נאכפאלג פון א באגעגעניש וואס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן צווישן דעם רבינס זון הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א און דער חשובער נדיב, אין זיין ביהמ"ד אור חיים אויף רחוב שטראוס אין ירושלים, וואו מען האט דיסקוסירט די שרעקליכע קריזיס ביים היימישן ציבור, מיט די הויכע אסטראנאמישע קאסטן ווען עס קומט צו חתונה מאכן, און איבער די מערערע ארגענעזאציעס און פרואוון וואס ווערן אוועקגעשטעלט מיטן ציל צו פארגרינגערן פאר מחותנים בעת שמחתם.


דער נדיב ר' יואל הי"ו האט דערביי אין א באגריסנדן שריט זיך אונטערגענומען בטוב לבו הזהב די אסטראנאמישער סומע פון קרוב צו "דריי מיליאן דאלער", צו אויפבויען צוויי גיגאנטישע חתונה זאלן אין ערד און אין ירושלים, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן היימישע חתונות אויף א בכבוד'דיגע און געשמאקע פארנעם, גרינג און ביליג באגלייט מיט תקנות, כדי די חסידים זאלן קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת.


היינט דינסטאג איז ר' יואל אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער האט גאר שיין אויפגענומען דער נדיב און זיינע באגלייטער, אינצווישן זיי הגאון רבי יחיאל חיים ליבערמאן שליט"א, רב ביהמ"ד אור חיים ומנהל רוחני ישיבת מאכנובקא בעלזא אין ירושלים.


דעם רבינס זון הרב נחמי' האט געשילדערט פארן רבי'ן די ריזיגע געלטער וואס ר' יואל האט זיך שוין געלאזט קאסטן צו דראסטיש שניידן די גרויסע חתונה הוצאות וואס הויערט אויף מחותנים בעת שמחתם, און אצינד איז ער ממשיך מיט די חשובע אונטערנעמונג אויך אין ארץ ישראל, מיט די צוויי נייע זאלן וואס וועלן גערופן ווערן לזכותו מיטן נאמען "שפע יואל".


באזונדער איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די גזירת הגיוס אין ארץ ישראל וואו דער נדיב האט פארגעשטעלט א פלאן אויפצושטעלן א ספעציעלן פאנד, וואס וועט קאארדינירן די גאנצע לעגאלע מערכה קעגן די סאנקציעס און ארעסטן וואס זענען געצילט קעגן די בני הישיבות, און וועט אנפירן מיט'ן ברייטן קאמף קעגן די שרעקליכע גזירה, אריינגערעכנט דורך אינטערנאציאנאלע דרוק און שתדלנות.


עקסטער האט דער נדיב ר' יואל געשאנקן פארן רבי'ן דער נייע סעט "דברי יואל" מהדורה תניינא וואס ער האט מוציא געווען לאור עולם לקראת די בעפארשטייענדע הילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דעם כ"ו אב.


ביים ענדע פונעם באזוך האט דער רבי שליט"א טועם געווען לחיים און פארטיילט שיריים פאר אלע אנוועזנדע און דאן ווארעם געוואונטשן ר' יואל אז די אלע זכותים זאל אים ביישטיין בכל מילי דמיטב.



bottom of page