top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי גור ובראשם האד' מגור וועלן ווידער פראטעסטירן פארנט פון טורמע 10 קעגן ארעסט פון גערער בחור

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווידעראמאל וועלן רבבות חסידי גור זיך ארויסלאזן מארגן צום פון די מיליטערישע טורמע נומער צען, אין צייט וואס די קאמף קעגן די גזירת הגיוס האט זיך ליידער צולאזט אן קיין גבולים ווען בחורי הישיבה ווערן ארעסטירט אין די מאסן, אריינגערעכנט א בחור א תלמיד פון די גערער ישיבה גדולה שפת אמת אין ירושלם.


ווען מ'האט מטכס עצה געווען מיט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, האט דער רבי שליט"א געגעבן א קלארן באפעל אז מ'זאל נישט בלויז סטראשען, נאר טון הלכה למעשה און נאכאמאל ארויסגיין אין א מאסיווע פראטעסט, זאגנדיג אז ער אליין וועט זיך פערזענליך באטייליגן דערביי, כאטש וואס דער רבי שליט"א האט זיך שוין מיט בלויז געציילטע וואכן צוריק מטריח געווען און ארויסגעקומען מוחה זיין פארנט פונעם טורמע, נאך די אררעסט פון א היימישע גערער בחור.


אין די קומענדיגע שעה'ן נאכן דעם רבינס הוראת הקודש, איז די הכנות אריין אין פולן שוואונג, און צענדליגער טויזנטער גערער חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל, גרייטן זיך ארויסצוקומען אין די מאסן פארנט פון די מיליטערישע טורמע, מוחה צו זיין קעגן די ברוטאלישע רדיפות פון די מיליטערישע אויטאריטעטן אויף בני הישיבות און לומדי תורה, און גלייכצייטיג מתפלל זיין אז דער בחור זאל באלד באפרייט ווערן.


צוליב די שווערע היצן איז די מאסן-הפגנה באשטימט אויף די נאכט שטונדן, אנגעהויבן מיט תפילת מעריב בשעה 9:30, נאכגעפאלגט מיט אמירת תהילים און דברי התעוררות, ביי וועלכן מען וועט ארויסשיקן א קלארן סיגנאל פאר די רעגירונג, אז דער דאזיגער שריט איז בלויז דער ערשטער אין א רייע ווייטערדיגע שריט וואס וועלן אונטערגענומען ווערן, אויב די מיליטערישע אויטאריטעטן וועלן נישט באפרייען דעם בחור און אויפהערן די רדיפות קעגן לומדי תורה.







bottom of page