top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אורו של עולם: אריבער 1,400 בחורים זיך פארהערט אויף מסכתות הש"ס אין ראם פון חבורת "מזומנים בידו"

  • 30 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גאר דערהויבענע מעמד "אורו של עולם" איז פארגעקומען דעם דינסטאג אינעם ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, לכבוד די הונדערטער בחורים מצטיינים תלמידי הישיבות והמתיבתות דחסידי גור וואס האבן געהארוועט במשך א גאנץ יאר און זיך געלאזט פארהערן אויף איבער 300 בלאט גמרא מזומנים אין ראם פון דעם בארימטן מפעל "מזומנים בידו" וואס שטייט בראשות דעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א.  


אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד צוזאמען מיטן בוחן הגאון רבי יחיאל פישהאף שליט"א און בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א. דער גאון האט פארהערט די בחורים איבער א שעה צייט, וואו די בחורים האבן ארויסגעוויזן געוואלדיגע ידיעות און א הפלא'דיגע בקיאות איבער גאנץ ש"ס.


בעת דעם פארהער האט זיך דער בוחן אויסגעדרוקט פארן רבי'ן שליט"א מיט התרגשות, אז עס זיצן דא בחורים תלמידי חכמים וועלכע פאלן נישט אפ פון די דרגה פון פריערדיגע גאוני עולם און זיי זענען אינדערהיים וואו אימער מ'פרעגט זיי אין ש''ס. ער האט ציטירט די גמרא אז אביי פלעג אפרעכטן א יומא טבא לרבנן פאר אזא איינער וואס האט מסיים געווען א מסכת, און אויסגעפירט אז דא שטייען 1,400 בחורים צורבי מרבנן וואס יעדער פון זיי האט מסיים געווען עטליכע מסכתות בידיעה ברורה, און דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג. צום שלוס האט דער רבי געוואנטשן מברכות קדשו פאר אלע בחורים.


צום הויכפונקט פונעם מעמד האבן די בחורים נבחנים זוכה געווען דורכצוגיין אל מול פני הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מגור שליט"א מקבל צו זיין ברכת הקודש און ערהאלטן אן עפל פונעם רבי'ן, בעת דער רבי שליט"א האט ארויסגעוויזן אן אויסטערלישע קורת רוח און נחת דקדושה.



תגובות


bottom of page