top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איניציאטיוו צווישן עדת חסידי גור: אלוועלטליכע סדר לימוד מוצאי שב"ק לזכותו ולרפואתו פונעם רבי'ן

לפני 42 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין ליכט פון די פרישע אנטווילונגען אין דער מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס פארלאנגט אז דער רבי זאל דארפן פאר עטליכע מאל א וואך אריינפארם אין שפיטאל פאר דיאליסיס באהאנדלונגען, וואס שוואכט אפ דעם רבינס כוחות, איז אונטערגענומען געווארן א ספעציעלע איניציאטיוו צווישן חסידי גור, מיט'ן ציל צו מעורר זיין זכותים לרפואתו השלימה פון דעם רבי'ן.


לויט'ן באשלוס פונעם רבינס קינדער וברכתו והסכמתו פונעם רבי'ן, וועט מען דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש זיך צונויפקומען אין אלע שטיבלעך און ישיבות דחסידי גור איבער די וועלט, צו א סדר לימוד ברציפות, במשך איין שעה לזכותו ולרפואתו השלימה פונעם רבי'ן.


זקנים עם נערים, אברכים ובעלי בתים, וועלן זיך צוזאמקומען גלייך נאך תפילת מעריב, און זיך פארטיפן אין לימוד התורה, יעדער לויט זיין מעגליכקייט און זיין סדר הלימוד, אריינגערעכנט לימוד גמרא, מזומנים און ספרי מוסר.


אין א פאראייניגטע רוף דורך דעם רבינס קינדער צו די חסידים ברענגען זיי ארויס אז די תורה הקדושה היא חיינו ואורך ימינו, און דורך דעם וואס אנשי שלומנו וועלן זיך מחזק זיין בלימוד התורה בכח הרבים, וועט דאס זיין נזקף לזכותו פונעם רבי'ן, לרפואתו השלמה בקרוב.

תגובות


bottom of page