יהדות צרפת מקבל פנים געווען גדולי ומאורי הדור פון ארה"ק און שליסן זיך אן מיט ווארעמע שטיצע לטובת קרן עולם התורה
דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

יהדות צרפת האט מיטגעלעבט געהויבענע שעה'ן של קורת רוח במחיצתם של גדולי הדור, ובראשם, מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכער האט זיך מטריח געווען בטולטולא דגברא רבא ארויסצוֹקומען קיין פאריז מיטן ציל אויפצוֹטרייבן שטיצע לטובת דער קרן עולם התורה, אפצוראטעווען דעם עולם התורה והישיבות אין ארץ ישראל.
דער אפשטאט אין פראנקרייך איז געווען א קורצער באזוך פון בלויז עטליכע שעה, און דער הויכפונקט דערפון איז געווען ביים גראנדיעזן מעמד אדיר וועלכער איז אפגעראכטן געווארן אין דעם גיגאנטישן "דאם דעפאריז" סטעדיום, מיטן השתתפות פון אריבער הונדערט רבנים וראשי ישיבות לענגאויס פראנקרייך, ועל צבאם דער זקן רבני צרפת, הגאון רבי יצחק ווייל שליט"א ראש ישיבת עקס-לע-בען, וואס טראץ זיין הויכן עלטער איבער די הונדערט יאר בליעה"ר, האט ער זיך מטריח געווען צו באשיינען דעם מעמד לכבודה של תורה.
בראש המסובים האבן באשיינט די געהויבענע געסט, גדולי ראשי הישיבות פון ארצינו הקדושה. ספעציעל האט ארויסגעשיינט דער משגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א, וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון ארץ ישראל נאך גאנצע פינף און צוואנציג יאר וואס דער משגיח האט נישט באזוכט אין פראנקרייך.
א געשאצטע זיבן טויזנט אידן האבן זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחת לקבל פניהם פון די גדולי התורה און זיך אנצושליסן מיט שטיצע לטובת קרן עולם התורה, אריינגערעכנט טויזנטער בני הישיבות וואס זענען געקומען צופארן פון אלע געגנטער אין פראנקרייך מיטצולעבן דעם מעמד הוד.
מיט א יראת הכבוד האט מען זיך צוגעהערט צום משא המרכזי פונעם סלאבאדקער ראש ישיבה שליט"א, וואס האט שטארק ארויסגעברענגט אז דאס וואס פאראייניגט כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט איז די הייליגע תורה און די שאיפה פון יעדע טאטע און מאמע צו זען זייערע קינדער וואקסן בדרך התורה ויראת שמים, און די וויכטיגקייט זיך אנצושטרענגען למען החזקת התורה פון בני הישיבות ואברכי הכוללים אין ארץ ישראל, וואס ברענגט אריין א געוואלדיגע אהבת תורה אין די קינדער, און האט מסיים געווען מיט פיל ברכות פאר אלע משתתפים און נדיבים.
שטארקע דברי חיזוק והתעוררות זענען דערויף געהערט געווארן פונעם משגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, און הגאון רבי יצחק אזרחי שליט"א מראשי ישיבת מיר.
אין לויף פונעם באזוך זענען אויך אפגעהאלטן געווארן רייכע באנקעטן בבתי נגידים ונדיבי עם, צווישן זיי א באנקעט אין דעם "לה קולעקציאנער" האטעל, איינגעארדנט דורך הנגיד ר' פנחס כהן שליט"א.
דער קורצער אבער גאר געהויבענער ביקור המרומם האט איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויפן ארטיגן אידנטום, און איז געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס ב"ה, שאפנדיג קרוב צו פינף מיליאן דאלער אין דעם קארגן מעת לעת להחזקת עולם התורה.



















תגובות