אלפי חסידי צאנז אין שפיץ פון האד' מצאנז פראטעסטירן פארנט פון טורמע 10 קעגן ארעסטן פון צאנזער חסידים
- לפני יומיים (2)
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
א קידוש שם שמים מסוף העולם עד סופו האט אפגעהילכט ביי דער היסטארישער און מאכטפולער מחאה אדירה, ווען טויזנטער חסידי צאנז, זקנים עם נערים, זענען ארויסגעקומען אין די מאסן מוחה זיין קעגן די גזירות הגיוס, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא – ווען בראש קהל המוחים האט זיך פערזענליך משתתף געווען דער מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א.
די מאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען פארנט פון די חומות פון דער מיליטערישער תפיסה 'כלא 10' אין כפר בית ליד (נישט ווייט פון נתני'), וואו עס געפינען זיך ליידער עטליכע מסירת-נפש'דיגע בני תורה פארן איינציגן חטא פון נישט וועלן אריינגיין אינעם מיליטער. דאס קומט אין א צייט וואס די גזירה איומה שטארקט זיך מיום ליום מיט פרישע ארעסטן, און באזונדער ווען צווישן די אסירי ציון געפינען זיך צוויי חשובע בני תורה ממשפחות מיוחסות דחסידי צאנז – א יונגערמאן און א בחור, וועלכע זענען ארעסטירט געווארן אויף א בארבארישן אופן דורך די פאליציי אינמיטן דעם פראצעדור פון ערליידיגן א געזעצליכן פטור.
שוין א לאנגע צייט פארן באשטימטן מייט איז דער גאנצער שטח ארום דעם טורמע געווען שווארץ פון די טויזנטער חסידים וואס האבן געשטראמט מיט ארגאניזירטע באסעס פון אלע שטעט איבערן לאנד. ארום 8:45 אוונט איז דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען צום מעמד, קומענדיג צופארן פונעם מקום הנופש אין קיסריה, דער רבי שליט"א איז ארויף אויף דער בימת הכבוד, וואו עס זענען געזעצן צו זיין זייט מחותנו כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א וואס איז א פעטער פונעם ארעסטירטן יונגערמאן הרב אברהם צבי שמערלער, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א זיידע פונעם ארעסטירטן בחור שמואל שמעלקא פינטער, די קינדער פונעם רבי'ן הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, און די שוואגערס הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה, און הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא שליט"א אב"ד צאנז בני ברק.
באזונדער האט זיך אנגעזען די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר ממאכנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן פון בני ברק זיך אנצושליסן אינעם מעמד, היות דער ארעסטירטער בחור ציילט זיך צווישן די חשובע תלמידים אין זיין ישיבה. דער רבי האט מיטגעהאלטן די עצרת שטייענדיג צווישן דעם ציבור האלפים כאחד מן השורה.
דער סדר העצרת האט זיך אנגעהויבן מיט קאפיטלעך תהילים לקרוע שערי שמים, פארגעזאגט געווארן פסוק בפסוק: קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" דורך כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, "אשא עיני אל ההרים" דורך הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט, און נאך צוויי מזמורים דורך הגה"ח ר' מרדכי שבתי אייזנבערגער שליט"א מרבני קרית צאנז, און הרה"ג ר' יעקב ישראל שמערלער שליט"א ראש הכולל צאנז, זיידע פונעם ארעסטירטן יונגערמאן.
נאך אמירת תהילים איז געהערט געווארן דער קול זעקה ומחאה, קול ברמה נשמע מפה קודשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דעם משא הקודש בדברים החוצבים להבות אש, מנהמת לבו הטהור פאר איבער א האלבער שעה.
דער רבי שליט"א האט מדם לבבו אויסגעשריגן דעם ווייגעשריי פון דער יהדות החרדית, זאגנדיג אז אין א צייט פון א גזירת שמד דארף מען על פי הלכה האבן מסירות נפש ביזן סוף: "מען טאר נישט נאכגיין די אלע טועים ומטעים וואס זוכן אריינצושליידערן אידישע נשמות אינעם מיליטער, וויפיל נשמות האבן מיר שוין ליידער פארלוירן צוליב דעם!" דער רבי האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון התבדלות און זיך דערווייטערן פון די משחיתים, און אז אפילו היינט ווען אין ארץ ישראל זענען פארהאן אלע סארט אידן, און כאטש רוב רובם איינוואוינער אין ארץ ישראל טוען אנערקענען אונזער רעליגיע און זענען מעריך די תורה הקדושה און ערליכע אידן, איז ליידער פארהאן דער קומץ ערב רב, וועלכע פירן אן מיט די קאמפף קעגן חרדישע אידן און פרובירן זיך צו פארלייגן אויפן דעת הקהל פונעם פאלק מיט זייערע נידעריגע העצערייען.
דער רבי האט דערציילט אז ביי דער זיצונג צווישן די עסקנים און די פאליציי-באאמטע אין צוגרייטונג צום היינטיגן עצרת, האבן די פאליציאנטן אפן אויסגעדריקט זייער בושה איבער דעם וואס בני תורה ווערן איינגעשפארט אין תפיסה. זיי האבן געזאגט אז זיי שעצן לומדי תורה, און אז זיי פירן בלויז אויס באפעלן.
דער רבי האט זיך אויסגעוויינט מנהמת לבו אויף די שווערע נסיונות פונעם דור און שטארק מחזק געווען די חשובע אסירי ציון זאגנדיג: "אשריכם שנתפסתם על דברי תורה! עס איז נישט קיין קונץ צו שטייען דא אינדרויסן פון די חומות בית האסירים, נאר די ריכטיגע גבורה איז פון די וואס שמאכטן אינעווייניג אין טורמע למען כבוד שמו יתברך. עס איז איינמאל קלאר, אז די תורה וועט קיינמאל נישט באנקראטירן די תורה וועט מנצח זיין, חזקו ואמצו, ואל ירך לבבכם!
דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט קבלת עול מלכות שמים פארגעזאגט בקול חוצב דורך הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא שליט"א אבד"ק צאנז בני ברק, נאכגעפאלגט מיט א ווארעמען תפילת מעריב ברוב עם. נאך מעריב האט זיך דער ציבור צושפרייט, זייענדיג ווייטער מתפלל פאר די שנעלע באפרייאונג פון די אסירי ציון ובתוכם האברך אברהם צבי בן רייזל און הבחור שמואל שמעלקא בן אסתר, זיי זאלן באפרייט ווערן בקרוב מאפילה לאורה.


























