האד' מצאנז אנגעהויבן סדר קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין עיה"ק צפת
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל,JDN
כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעהויבן דעם סדר קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין דעם מקום מסוגל, עיר הקודש צפת. זונטאג נאכט דער רבי איז אנגעקומען צום אלטן נאסטאלגישע צאנזער קלויז וואו עס זענען צום ערשט אריין אויף אן אסיפה די ראשי ועסקני הקהילה פון צפת וועלכע האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה אין שטאט.
דערנאך האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור בפתקי דרחמי א לענגערע וויילע. בין הכנסים איז אריין דער מעיאר פון שטאט צפת הרב יוסף קאקון אין באגלייטונג פון שלוחא דרבנן ר' ברוך קליין הי"ו מנהל מוסדות צאנז אין צפת, מקבל צו זיין ברכת קדשו פון רבי'ן צום נייעם יאהר. נאך קבלת קהל וואס האט זיך פארצויגן איבער דריי שעה, האט דער רבי געדאווענט מעריב ברוב עם מיט די חסידים תושבי העיר און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש מענייני דיומא.

















תגובות