top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרי אני כפרתכם: האד' מצאנז פארשפרעכט צו נעמען אויף זיך די עבירות העבר פון די חסידים וואס זענען זיך מחזק בעניני קדושה

לפני 5 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי צאנז זענען נאך אונטער די טיפע איינדרוק נאך די פייערדיגע און געהויבענע דיבורים וואס זענען געהערט געווארן ביים גרויסן מעמד הקפות שניות, דעם מוצאי שמחת תורה במעמד אלפי ישראל, ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט מבטיח געווען א זעלטענע צוזאג "ישראל הרי אני כפרתכם" וואס האט אויפגעשטורמט די הערצער פון די טויזנטער פארזאמלטע.


די הייליגע מאמענטן וועלן בלייבן טיף איינגעקריצט אין די הערצער פון אלע חסידים וואס האבן זוכה געווען דאס מיטצוהאלטן. עס איז געווען בשעת די זעקסטע הקפה, אין סאמע ברען פון די פייערדיגע ריקודין ווען דער ציבור האט זיך געהויבן אויפן ניגון תקע בשופר גדול לחרותנו, ווען דער רבי האט מיטאמאל אפגעשטעלט די ריקודין און אויסגעשריגן אין אן התעוררות עצומה "ישראל הרי אני כפרתכם", און זיך אויסגעדריקט אז שטייענדיג אין דעם הייליגן זמן און אין א מקום קדוש נעבן א ספר תורה, איז ער מבטיח אז ער נעמט אויף זיין פולער אחריות אלע עוונות פון די חסידים וואס נעמען זיך אונטער מכאן ולהבא זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר אן ערליכן איד.


דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ווער עס נעמט אויף זיך גדרי קדושה, דורכן אוועק ווארפן אלע נארישקייטן און נעמט זיך אונטער מכאן ולהבא זיך צופירן כראוי, וועט זיין פארזיכערט אז ער נעמט אויף זיין אחריות זיינע עוונות, ביז ער וועט נישט האבן קיין שום פגם און וועט זוכה זיין צו ווערן א צדיק גמור.


די הייליגע דיבורים האבן אריינגעבלאזן אן א שיעור התעוררות והתרוממות צווישן די חסידים, וועלכע האבן ממשיך געווען די ריקודין עילאין אין א העכערע אטמאספערע, מיט פרישע התחזקות צום נייעם יאר.


ווי פארשטענדליך האט דעם רבינס הייליגן הבטחה געהאט א שטארקן אפקלאנג און חסידי צאנז בכל מקום שהם גארטלען זיך אונטער מיט פרישע גדרים וסייגים בעניני קדושה, זה בכה וה בכה, במיוחד אין דעם נסיון הדור פון די טעכנאלאגישע כלים.

תגובות


bottom of page