top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כבני מרון: האד' מצאנז ביי קבלת קהל אין בני ברק לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין

דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור קודש אין עיר התורה והחסידות בני ברק, כמדי שנה בשנה, אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום.


אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי צוערשט צוגעפארן צו די היכלי מלכות זאל, וואו דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי א חופה פון א יתום מתלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית צאנז. דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן זאל, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד הכנה צו די הייליגע טעג דורך די קרוב צו 400 תינוקות של בית רבן, קינדער פון די צאנזער תלמוד תורה דרכי אבות אין בני ברק. די קינדער האבן געזונגען א הארציגע פארצייטישע ניגון אויף ונתנה תוקף, וואס האט גאר שטארק מרגש געווען דעם רבי'ן שליט"א. די רבי האט געבעטן די קינדער איבערצוזינגען דעם ניגון עטליכע מאל און ענדיגן מיט א פרייליכן ניגון. צום שלוס האט דער רבי פארטיילט מיני מתיקה פאר אלע צאן קדשים און געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר.


נאכן מעמד האבן די עסקני המוסדות צוגעוויזן פארן רבי'ן די סקיצעס פון די נייע בנין בנות צאנז אין בני ברק, אין וועלכן די מיידל שולע האט זיך אריינגעצויגן צום יעצטיגן לערן יאר.


פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו דער צאנזער בית המדרש אויף דער יהודה הלוי גאס, וואו דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי אין בית המדרש און צוערשט אויפגענומען די אלמנות פון דער קהילה, וועם דער רבי האט געשאנקען ספעציעל אויפמערקזאמקייט און געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה. דערנאך איז אריין דעם רבינ'ס שוואגער, הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא שליט"א אבד"ק צאנז בני ברק, לברך ולהתברך בברכת השנים.


דאן איז דער רבי ערשינען אינעם היכל הבית המדרש, וואס איז געווען אויסגעשטעלט לויט א מייסטערהאפטיגן סדר לויט וועלכן די הונדערטער חסידים תושבי בני ברק זענען דורך זיך וואונטשן א גוט יאר. דאס דורכגיין האט אנגעהאלטן גאנצע זיבן שעה, ביז דריי אזייגער פארטאגס, ווען די לעצטע חסידים זענען דורך כבני מרון.


צווישן אנדערע זענען אריבערגעקומען זיך וואונטשן ביים רבי'ן: הגאון רבי איתמר גרבוז, ראש ישיבת אורחות תורה; הגה"צ אב"ד ערלוי בני ברק שליט"א; הגאון רבי אברהם ישעי' קרליץ שליט"א, רב בית הכנסת העליגמאן אין בני ברק; העסקן הרב חנניה צולק פון די עזר מציון ארגאניזאציע; און נאך עסקנים פון די שטאטראט אין בני ברק.



תגובות


bottom of page