האד' מצאנז באזוכט אין שטאט חיפה אין ראם פון די מסעות קודש צווישן די שטעט צום נייעם יאר
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
אין ראם פון די מסעות קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א צווישן די שטעט אין ארץ ישראל, אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון איז דער רבי אנגעקומען צום שטאט חיפה וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן פאריגע וואך מאנטאג איבערן טאג. דער רבי איז צוערשט צוגעפארן אויף א באזוך ביי ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מנדבורנה חיפה שליט"א, וואו ער איז דורש געווען בשלום בריאותו, און ס'איז ארומגעשמועסט געווארן איבער מנהגים פון די הייליגע טעג. דערנאך האט דער נדבורנא רבי איבערגעגעבן א קוויטל ופדיון נפש לזכות לטובה, און די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.
נאכדעם איז דער רבי אנגעקומען צום צאנזער בית המדרש אויף רחוב מיכאל, וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך די ראשי מנהלי המוסדות און די רבני הקהלה פון שטאט חיפה. עס איז צוערשט אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע מעמד קבלת פנים דורך די קרוב צו דריי הונדערט קינדער פון תלמוד תורה דרכי אבות צאנז אין חיפה, וואו די קינדער האבן געזונגען א ווארעמע ניגון, און דער רבי שליט"א האט דערנאך פארטיילט מיני מתיקה און געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר פאר אלע צאן קדשים און זייערע מחנכים.
דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן אן ענגע אסיפה מיט די ראשי מנהלי המוסדות אין חיפה און מיט די השתתפות פונעם רבי'נס זון הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה והגלילות, וועלכע שטייט אין שפיץ פון די הנהגת המוסדות אין חיפה, ווי דער רבי שליט"א האט געהערט א באריכט מהנעשה והנשמע בין כותלי המוסדות און די פלענער אויפן עתיד מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה. דערנאך זענען אריין די עסקנים און גבאים פון די צאנזער בית המדרש אין די נוה הדר געגנט אין שטאט חיפה.
די זמני כניסה האט זיך פארצויגן עטליכע שעות נאכאנאנד, וואו די חסידים זענען דורך כבני מרון מיט קוויטלעך. בין הנכנסים זענען אריינגעקומען צום רבי'ן כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, הגה"צ רבי דוד שלמה זאלדאן שליט"א, דומ"ץ סערעט וויזניץ, הגה"צ רבי בערל רעכניצער שליט"א, דומ"ץ וראש ישיבת בעלזא חיפה, און נאך רבנים חשובים און עסקנים פון שטאט. עס איז שוין געווען קרוב צו דריי אזייגער פארטאגס ווען דער רבי שליט"א האט פארלאזט חיפה אויפ'ן וועג צוריק לביתו נאוה קודש אין קרית צאנז נתניה.















תגובות