top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלה מסעי: האד' מצאנז ביי קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון אין שטאט בית שמש

  • לפני 37 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין, אלימלך גרסטל

אין ראם פון די מסעות הקודש דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א צווישן די שטעט אין ארץ ישראל אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען דעם דינסטאג נאכט צום שטאט בית שמש, וואו הונדערטער חסידים און זייערע משפחות זענען דורך מיט קוויטלעך להיזכר לטובה און זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.


אנקומענדיג צום צאנזער בית המדרש אין די רמה ב' געגנט, איז דער רבי געווארן אפגעווארט דורך די רבנים און דיינים פון די צאנזער בתי מדרשים לענגאויס די שטאט בית שמש און די מנהלי המוסדות. צוערשט איז אפגעראכטן געווארן א ספעציעלע מעמד דורך די ילדי תלמוד תורה דרכי אבות צאנז אין בית שמש, וואו די קינדער האבן געזונגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט דערנאך פארטיילט מיני מתיקה פאר אלע תינוקות של בית רבן.


דערנאך איז דער רבי אריבער בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד, וואו עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א לרפואה שלימה. דער רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט איבער זיין מצב הבריאות און געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה און א רפואה שלימה ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו.


דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די סדר הקבלת קהל וואס האט זיך פארצויגן פאר א גאנצע פינף שעה נאכאנאנד. צוערשט האט מען אריינגעלאזט די אלמנות און יתומים פון די קהילה. דערנאך איז אריין דער מעיאר פון שטאט בית שמש, הרב שמואל גרינבערג, וועם דער רבי האט באדאנקט פאר'ן צושטיין צו די רעכטע האנט פון קהילה און מוסדות אין בית שמש, און במיוחד פארן זיין פעולות לטובת די נייע קרית החינוך דחסידי צאנז וואס די לאקאלע שטאט ראט האט געהאט א גרויס חלק אין דעם.


מען האט דאן אנגעהויבן דורכגיין מיט קוויטלעך. בין הנכנסים איז אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וועמען דער רבי האט באדאנקט פאר'ן צושטעלן דעם בית המדרש הגדול קאסוב אין בארא פארק בתשואות חן בעת דעם רבינ'ס באזוך אין אמעריקע דעם פארלאפענעם יאר. אויך איז אריין הגה"צ אב"ד ביקאווסק שליט"א, הגה"צ רבי חיים לייב רובינשטיין שליט"א, רב שכונת רמה ד' בית שמש, הגה"צ רבי ישראל לעמבערגער שליט"א, אב"ד מאקאווא בית שמש, הגה"צ רבי שלמה זלמן לייפער, אב"ד קהל חסידים רמה ד', זון פון האדמו"ר מנדבורנא באניא, און חבר הכנסת הרב משה אבוטבול.


עס איז שוין געווען קרוב צו דריי אזייגער ביינאכט ווען דער רבי האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב אין בית המדרש, און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית צאנז נתניה.



תגובות


bottom of page