יערליכע באזוך דורך האד' מצאנז אין שטאט אלעד לקראת די ימי הרחמים והרצון | בילדער
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
דעם פארלאפענעם זונטאג, איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ערשינען אין שטאט אלעד אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון. ביים אנקומען צום צאנזער ביהמ"ד אויף די רשב"י גאס, איז דער רבי געווארן אפגעווארט מיט גרויס התרגשות דורך די ארטיגע תושבים, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים פאר די ילדי התלמוד תורה וועלכע האבן אויפגענומען דעם רבי'ן מיט הארציגע ניגוני ימים הנוראים, ווען דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און פארטיילט מיני מתיקה פאר אלע קינדער. שפעטער איז דער רבי אריבער צום בית הוראה וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א אסיפה מיט די רבני העיר און עסקני הקהילה.
נאכדעם האט זיך אנגעהויבן די סדר קבלת קהל אינעם היכל בית המדרש, וואו דער רבי איז געזעסן פאר גאנצע זיבן שעה ברציפות ביז די פריעפארטאגס שעה'ן, און אויפגענומען דעם ציבור וואס איז אריבער כבני מרון להתברך בברכת השנים. בין הנכנסים האבן זיך אנגעזען רבני והעיר, צווישן זיי דער מרא דאתרא הגה"צ רבי שלמה זלמן גראסמאן שליט"א, הגה"צ אב"ד ערלוי אלעד שליט"א, און דעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקווה שליט"א, עס איז שוין געווען אום פיר אזייגער פארטאגס ווען דער רבי האט זיך צוריקגעקערט למעון קדשו אין קרית צאנז נתניה.



















תגובות