שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מסאדיגורא ירושלים | בילדער גאלעריע
דאנערששטאג פרשת תולדות • ב' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי
נעכטן מיטוואך איז געפראוועט געווארן די שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה ירושלים שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם, הרב יצחק אייזיק רוקח שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א פון פלעטבוש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממאדזיץ פלעטבוש שליט"א.
אלס קוואטער איז מכובד געווארן דער פעטער, הגאון רבי משה חיים געלדצעהלער שליט"א רב דקהל בית שלמה הר נוף. מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן הגה"צ רבי נחום שניאורסון שליט"א נשיא ישיבת טשעבין, און מן הכסא איז מכובד געווארן הגה"צ רבי יקותיאל ליבערמאן שליט"א אבד"ק סאדיגורא ירושלים. דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א, האט געדינט אלס סנדק, און מן הסנדק איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אהרן גאלדמינצער שליט"א דומ"ץ סקווירא ירושלים. מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, און די ברכות האט געזאגט דער זיידע, הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
ויקרא שמו בישראל "חיים משה", נאכן זיידן הנגיד החסיד המפואר רבי חיים משה פעלדמאן ז"ל, חותן המלך פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל עטרת ישראל.
נאכן ברית איז אפגעראכטן געווארן א שולחן לחיים לרגל די שמחה, וואו עס האט זיך אויך משתתף געווען הגה"צ רבי שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טוביה, און נאך רבנים און קרובי המשפחה.








































תגובות