top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן

לפני 4 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

די וואך דאנערשטאג איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן.


דער קאנגרעסמאן איז געקומען אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים און די הנהלת הקרי' אפצונעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג.


דער רבי האט זיך צום ערשט באדאנקט פאר זיין קריטישע הילף אוועקצושטעלן די נייע געזעץ לטובת דער חינוך אין ניו יארק און זיין שטענדיגע הילף פאר נאך פילע ענינים וואס ער שטייט צו הילף, מען האט דאן אויסגעשמועסט א רייע ענינים לטובת הכלל און ספעציעל וואס ער קען זיין בייהילפיג די טויזנטער תושבי קרית יואל און דער קאנגרעסמאן האט פארשפראכן צו שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבת גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן, כמשאת נפשו פונעם רבי'ן שליט"א.


צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די קאנגרעסמאן צו די בעפארשטייענדע וואלן, און באזונדער אנגעוואונטשן זיינע באגלייטער די חשובע עסקנים.



תגובות


bottom of page