החכם יושב ודורש: טויזענטער ביי דרשת שבת שובה דורך האד' מסאטמאר דעם צום גדלי'
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

טויזנטער תושבי קרית יואל האבן זיך פארזאמלט צו די שבת שובה דרשה וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען דעם דינסטאג צום גדלי' אין די נאכמיטאג שעות אינעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל וועלכע האט שווער געקענט אקאמאדירן דעם ציבור עצום וואס האט מיטגעהאלטן די דרשה פון רבי'ן שליט"א.
לרגל די דרשה האט מען מסדר געווען די מניני מנחה ביי אלע זייטיגע שטיבלעך פון ביהמ"ד און די פאלישעס און פליגלען פון אלע זייטן זענען געעפנט געווארן צו קענען פלאצירן דעם גאנצן ציבור. גלייך נאך תפלת המנחה האט דער רבי שליט"א זיך מתעטף געווען בטליתו און איז ערשינען אויפ'ן ארון הקודש. נאך'ן מקדים זיין א קורצע תפלה פאר'ן ארון הקודש האט דער רבי שליט"א זיך אויסגעדרייט צום ציבור און אנגעהויבן מיט די דרשה.
היי יאר האט דער רבי געזאגט די דרשה זיצענדיגערהייט צוליב א חולשה אויף די פיס. דער רבי שליט"א האט מקדים געווען מיט א דרוש און דאן משמיע געווען דעם פלפול אין די סוגיא פון "חצי שיעור" אויף וואס דער רבי שליט"א האט שוין משמיע געווען שיעורים נפלאים במשך די לעצטע וואכן פאר די תלמידי הישיבה גדולה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט דברי דרוש ואגדה המיישבים את הלב און דערנאך פארגעזעצט מיט דברי חיזוק הדרכה והתעוררות אויף כמה וכמה ענינים ובפרט מיט דברי חיזוק בדברי השקפה ברורה ובהירה.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען אויף הרחקה סיי צווישן מענער און פרויען ביי די ארבעט, ובפרט הרחקה צווישן אידן און גוים.
מענין לענין האט דער רבי מחזק געווען די עסקנים וואס האבן מסדר געווען די עקסטערע באסעס פאר מענער אין קרית יואל. ס'איז א קדושה יתירה, עס פאסט זייער אזא זאך פאר קרית יואל, און מען דארף זיך באדאנקן פאר די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין דעם.
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תושבי קרית יואל, זאגענדיג אז די מנהלים פון ת"ת און פון די ישיבות זאגן אז מען זעט א חילוק אויף א קינד וואס וואוינט אין קרית יואל אדער אין קרית יואל המורחבת ווי איידער א קינד פון שטאט. דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מייסד געווען די שטאט און מען דערקענט עס אויף די תושבים אנשים נשים וטף. מען דארף דאנקן הקב"ה אז מען האט די זכי' צו וואוינען אין אזא הייליג שטאט, און מען דארף דאס נעמען אין באטראכט ווען מען איז בוחר ווי צו וואוינען.
דערנאך האט דער רבי גערעט פון די שרעקליכע גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס איז כולל אין זיך די ג' עבירות חמורות, און די מלחמות וואס די ציונים ברענגען אן קומט פון די יצרא דשפיכות דמים. מען איז מתפלל צו הקב"ה אז די תקיעת שופר זאל מבטל זיין די גזירה פון גיוס בני ישיבות און די כסדר'דיגע מלחמות אין ארץ ישראל.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי חיזוק בעניני לימוד התורה און מחזק געווען אלע שיעורי תורה, וואס נאר אזוי קען די וועלט האבן א קיום.
דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי הדרכה פאר די עלטערן, זאגענדיג אז די וועג וויאזוי די עלטערן פירן זיך אויף, דאס איז די חינוך פאר די קינדער, און מען דארף זיכער מאכן זיך אויפצופירן וויאזוי מען וויל אז די קינדער זאלן אויסקוקן, סיי אינדערהיים און סיי אין ביהמ"ד ביים דאווענען, ביים עסן, ביים פירן די שבת סעודה, וכו'.
אזוי אויך ליגט א פליכט אויף די עלטערן צו האבן א קשר מיט די מלמדים פון די קינדער, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור.
נאך די דרשה עטליכע מינוט פארן זמן רבינו תם האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש דרבנן. דערנאך האט דער רבי שליט"א צוגעווארט די עטליכע מינוט ביז צום זמן און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם.













תגובות