top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התעוררות ביומא דהילולא פון הרה"ק רבי אהר'לע קאזניצער זי"ע אין זעליחוב פולין

לפני 4 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט גרויס התרגשות איז געפראוועט געווארן די הילולא קדישא פון האי צדיק וקדוש, דמות פלא הרה"ק רבי אהר'לע קאזניצער זי"ע השם ינקום דמו, וואס איז אויסגעפאלן פארגאנגענעם וואך, ד' תשרי, און ווי יאר-יערליך איז דערביי פריש נתעורר געווארן זכרו של אותו צדיק פון וועמען עס זענען ליידער נישט געבליבן קיין דורות.


במשך דעם מעת-לעת פון די הילולא קדישא האבן הונדערטער אידן באלאגערט מקום מנוחת קדשו אין זעליחוב, להפקד בדבר ישועה ורחמים, מאסן אידן זענען געקומען צופארן פון איבער די גאנצע וועלט, לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן, אמעריקע, ארץ ישראל און נאך, וואו עס זענען אהערגעשטעלט געווארן באקוועמע פראקטישע נסיעות פאר די המוני בית ישראל, כדי צו ערמעגליכן פאר די מאסן מבקשים צו קומען פוקד זיין דעם מקום סגולה.


בעיצומו של יום איז פארגעקומען דעם צענטראלן מעמד בקשת רחמים און בקיעת שערי שמים במעמד עם רב, צום ערשט האט הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א מעורר געווען דעם ציבור בגודל הזמן המקום והשעה, און מרחיב געווען איבער די גרויסע סגולה צו פועל'ן פארזיכערטע ישועות ורפואות אויף דעם מקום קדוש אין אט די ימים המסוגלים בין כסא לעשור. טייכן טרערן האבן זיך געגאסן ביי די תפילות בוקע רקיעים. אינצווישן די פילע אידן זענען געווען מערערע וועלכע זענען געקומען דאנקען אויף ישועות וואס זיי האבן אויסגעפועלט ביים צדיק די פריערדיגע יארן ביים יארצייט.


דאס יאר איז געווען קענטיג דעם נר תמיד לכבודו פון אותו צדיק און די אנדערע צדיקים וואס ליגן אינעם אוהל, וואס דער זכות ההדלקה פון די היי יעריגע הילולא איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד רבי אשר זעליג לעוו שליט''א ראה''ק דסאטמאר לאנדאן פאר די ריזיגן סכום פון 18 טויזנט דאלער.


נאך די מעמד התפילה איז פארגעקומען א סעודת הילולא רבתי ברוב עם, וואו מען האט מעלה געווען זכרו הטהור, מיט סיפורים ועובדות פונעם צדיק טמיר ונשגב, און די געוואלדיגע הפלגות וואס צדיקי דורו האבן זיך אויף אים אויסגעדרוקט.


במשך דעם מעת-לעת פון די הילולא קדישא האט זיך נישט אפגעשטעלט דער שטראם פון אידן וואס זענען געקומען לפקוד מקום מנוחת קדשו, וואס כידוע איז דער מקום קדוש געווארן א תל תלפיות פאר אומצאליגע אידן וואס קומען מתפלל זיין בזכות דעם צדיק פלא און פועל ישועות זי"ע.



תגובות


bottom of page