top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכער הכנסת ספר תורה בחצה"ק סאטמאר געשריבן דורך הרה"צ רבי חיים ערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט

לפני שעה (1)
זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער

אלפי חסידי סאטמאר פון אומעטום, האבן דעם חול המועד סוכות מיטגעהאלטן דעם פרייליכן מאמענט פון שמחת התורה, ביים גרויסן מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן בהיכל ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, געשריבן און אריינגעגעבן דורך נכדו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הרה"ג רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, בן הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.


ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק, האט דער ראצפערטער רב שליט"א געלאזט שרייבן די נייע ספר תורה, על שם ולזכר ק"ז הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד צו וועמען דער רב שליט"א שפירט אלע יארן א ספעציעלן קשר, און האט מוזיל געווען זהב מכיסו מנציח צו זיין שם וזכר קדשו מיטן שרייבן די נייע ספר תורה, אזוי אנצוהאלטן דעם קשר אבות מיטן קשר עליון דאורייתא.


אין די טעג בעפאר יום טוב איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת האותיות בביתו נאוה קודש פונעם סאטמארער רבי'ן אין קרית יואל, וואו מען האט צוערשט געזינגען א צאל ניגוני התעוררות כהכנה דרבה, און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.


דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א ובני משפחתו און פאר אלע משתתפים. דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצט מיטן אפענעם ספר תורה באש להבה.


גלילה איז געגאנגען דער בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א, און זיינע קינדער האבן מלבש געווען דעם נייעם ספר תורה כראוי וכיאות.


דער רבי האט אנגעטוהן די כתר תורה און דערנאך זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע וויילע. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען זיין אייניקל הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה.


באזונדער זענען אפגעהאלטן געווארן באשיידענע מעמדי כתיבת ספר תורה, בצל בנו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, ווי אויך ביי די אנדערע געהויבענע בעלי שמחה, הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א שווער פונעם בעל שמחה שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א (לרפו"ש) שווער פון מאשלויער רבי'ן שליט"א.


די נייע ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן דינסטאג חול המועד סוכות אינמיטן טאג, ביום האושפיזא פון משה רעיא מהימנא קדישא, והזמן גרמא אין דעם טאג זיך משמח צו זיין בשמחת התורה אויף א פייערליכן פארנעם.


די גרויסע שמחה האט זיך אנגעהויבן נאכמיטאג, ווען די ספר תורה איז ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר אין קרית יואל, און איז ארויס מבית הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אויף פארעסט רד. אין קרית יואל פון וואו די ספר תורה איז געפירט געווארן דורך די גאסן פון פארעסט, ביז העיס קט. פון דארט אריין קיין גארפיעלד רד. ביז צום היכל ביהמ"ד הגדול דקרית יואל וואס איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור עדת חסידי סאטמאר פון אלע מקומות וואס האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה הרוממה.


אין די ערשטע מאמענטן ביי די שמחה האט מען געפראוועט די ריקודין של שמחה דורכ'ן בעל שמחה שליט"א צוזאמען מיט די בני משפחת המלוכה. שפעטער האט מען געהאט די זכי' אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז ערשינען צום מעמד, און האט אפגעראכטן די ריקודין של שמחה ומצוה מיט די נייע ספר תורה, וואס איז געווען א זעלטן-געהויבענע ערשיינונג, ווי א חג שמחת תורה מוקדם.


דערנאך האט דער רבי מכבד געווען צו טאנצן מיט די תורה די חשובע זיידעס גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וומ"ס שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א, און דערנאך דער בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און דעם רבינס ברודער הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א. דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור און געזאגט קדיש.


נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים רבתי לרגל די הכנס"ת אין די סוכה הגדולה. ביים אריינקומען האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד פאר א שטיק צייט. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א.


דער רבי האט דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און פאר די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית ברא אלקים און ארויסגעברענגט אז משה רבינו האט אראפגעברענגט א מורא הגדול לעיני כל ישראל בראשית, אז גאנץ כלל ישראל זאל וויסן אז די גאנצע קיום העולם איז נאר צוליב די תורה הק', און דער רבי האט געזאגט אז דאס איז פאסיג צו זאגן ביי א שמחת הכנס"ת לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע א זון פון קודש הקדשים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע וואס ווער עס איז געקומען קיין צאנז האט דאס געלערנט אז די תורה הק' איז די קיום העולם.


דער רבי האט ארומגערעדט איבער די דביקות פון אבותיו הקדושים זי"ע צום הייליגן צאנזער רב זי"ע און פלעגן אלץ ארומרעדן איבער די קדושה און עבודת השם פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע ובפרט אביו הרה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע איז נתגדל געווארן אין ראצפערט, און דער רבי האט געזאגט אז עס איז אים א שמחה אז זיינס אן אייניקל שפירט א קשר צו ראצפערט און צאנז און גיבט אריין א ספר תורה לעילו נשמתו.


דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן בעל שמחה נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אז די זכות אבות זאל מגין זיין אויף די גאנצע משפחה און מען זאל קענען בלייבן מקושר צו די אבות הק', און געזאגט אז כדאי הוא די צדיקים וקדושים זי"ע אז זיי זאלן קענען מגין זיין און משפיע זיין כל טוב פאר אלע נאספים ומשתתפים.


תגובות


bottom of page