top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חזו בני חביבי: דרשת פתיחת זמן החורף דורך האד' מסאטמאר פאר אריבער 1500 תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים

לפני שעה (1)
זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פרשת לך לך • ז' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

דעם דאנערשטאג נאכמיטאג האבן זיך די אריבער 1,500 תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל פון אלע סניפים פארזאלט אינעם ביהמ"ד ישמח משה אין קרת יואל צום מעמד פתיחת הזמן וואו דער ראש הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א האט משמיע געווען דעם “דרשת פתיחת הזמן” פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די קלארע מוסר רייד פונעם באליבטן ראש הישיבה.


דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פון די שיעורי הישיבה אין מסכת כתובות, און דענאך מעורר געווען די בחורים איבער א רייע ענינים הצריכים חיזוק זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור מיט אלע ענינים, גיין אין מקוה יעדן טאג, לערנען חסידישע ספרים, לערנען ספרי מוסר, מעביר סדרה זיין, גיין נאך געלט און ארויסהעלפן א חבר ווען מען זעט אז ער דארף הילף סיי בגופו און סיי בממונו, אפרעכטן אלע סעודות שב"ק ווי עס פאסט ובפרט שלוש סעודות זאל מען זיצן אינאיינעם און זינגען די זמירות מיט אן ערנסטקייט. אויך האט דער רבי דערמאנט די פליכט אויף די בחורים איינצוהאלטן אלע תקנות הישיבה הן מיט די לימודי הישיבה, הן מיט די זמני הישיבה, ובפרט די תקנות פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי''ע מייסד הישיבה נישט צו דרייוון קיין קאר, נישט גיין צו קיין חתונות און תנאים'ס, זיך מונע זיין פון אלע טעכנעלאגישע כלים, און נאך.


דערנאך האט דער רבי שליט״א אויסגענוצט די געלעגנהייט און מעורר געווען מיט ווייטאג איבער די היינטיגע אומאויסגעהאלטענע ניגונים און פראסטע טענץ ביי חתונות, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים צו אנהאלטן די חתונות און שמחות אויף די אמאליגע אופן מיט ערליכע ניגונים און איידעלע טענץ, אזוי אויך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער די חיוב אוועקצושטיין פון די טומאת הציונית מיט אלע אירע אנגעלעגנהייטן, נישט ווערן נאכגעשלעפט פון זייערע פראפעגאנדע און פון זייערע נייעסן ע"ד המסורה לנו פונעם סאטמארער רבי'ן זי"ע.


דער רבי שליט״א האט אויסגעפירט מיט א ברכה פאר די בחורים, זיי זאלן מצליח זיין צום נייעם זמן און קענען שטייגן בתורה, יראת שמים, מידות טובות און עבודת השם, און געוואונטשן א ברכה מיוחדת פאר אלע חשובע מרביצי תורה און כלי קודש צו קענען מרביץ תורה זיין מיט החרבת הדעת.



תגובות


bottom of page