האד' מסאטמאר שרייבט אותיות אין ספר תורה וואס וועט אריינגעגעבן ווערן דורך האד' גארליץ בעיר טשענגער אין אונגארן
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריבערגעקומען אויף א באזוך, דעם רבינס מחותן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א וואו עס איז דערביי פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס דער רבי שליט"א ומשפחתו הרוממה וועלן אריינגעגעבן דעם שב"ק פרשת תולדות אינעם נייעם ביהמ"ד שע"י הכנסת אורחים ד'טשענגער אין אונגארן.
דער סאטמארער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך פארפירט א שיינע שמועס בנועם שיח איבער דעם מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט יענעם זונטאג ויצא ה' כסלו, און איבער די נייע פראכטפולער בנין הכנסת אורחים וואו עס איז אויסגעקומען פארן רבי'ן צו באזוכן נישט לאנג צוריק, און די נייע היכל הביהמ"ד וועלכע ווערט באנייט צום היי יעריגן הילולא קדישא, דער רבי האט דערנאך מכבד געווען דעם גארליצער רבי'ן מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.






































תגובות