top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידי נדבורנא מיטגעהאלטן יערליכן שבת התאחדות אין אתרא קדישא מירון בצל האד' מנדבורנא

לפני יום אחד (1)
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ. אדלער, מה"ה,JDN

דעם שבת קודש פרשת נח האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, קהל עדת חסידי נדבורנא, מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת התאחדות אין אתרא קדישא מירון, בראשות פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, וועלכער האט געפראוועט דעם שבת ברוב עם סמוך ונראה צום ציון הקדוש פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


נאך עטליכע יאר וואס מען האט נישט זוכה געווען צו פראווען דעם גרויסן שבת התאחדות אין מירון כמסורת צדיקי בית נדבורנא, איז היי-יאר באשטימט געווארן דער שבת אויף א גרויסן פארנעם כבשנים קדמוניות פאר אלע חסידים זקנים עם נערים, וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען מכל קצוות תבל לחסות בצלא דמהימנותא עילאה.


סמוך ונראה צום ציון הקדוש איז אויפגעשטעלט געווארן א ריזיגן שאטער, וואו עס זענען אפגעראכטן געווארן אלע תפילות און די דערהויבענע טישן.


דער הויכפונקט פונעם שבת איז געווען ביים שלש סעודות וואס האט געדויערט קרוב צו דריי שעה, ווען מען האט געזינגען ניגוני קודש מיט אן אומבאשרייבליכע התעוררות ודביקות. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען שטארקע דברי מוסר והדרכה א לענגערע צייט לקראת די נייע יאר, און בסוף דבריו דערמאנט אז שוין פינף יאר איז מען נישט זוכה געווען צו פארן קיין אתרא קדישא מירון, און מען דארף לויבן און דאנקן אויף די שיינע שבת וואס איז פאריבער. 


מוצאי שבת איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ציון הקדוש, וואו ער האט געזאגט ויתן לך, געלערנט זוהר הק', געזאגט תהילים, געליינט קוויטלעך און מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן עטליכע חאלאקע'ס פאר די חסידים.



תגובות


bottom of page