תושבי ארה"ק האלטן מיט געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי, דוד כהן, מ. אדלער, אמ"ש,JDN
חסידי סטיטשין בארץ הקודש האבן פאריגן דאנערשטאג מקבל פנים געווען רבם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך קיין ארצנו הקדושה לקראת די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי יהודה מסטיטשין זי"ע.
אינעם לופטפעלד איז דער רבי אפגעווארט געווארן דורך א גרעסערע צאל חסידים און מעריצים וועלכע זענען דורך שלום נעמען. ארויסקומענדיג פונעם פתאל טערמינאל האט זיך דער רבי באגעגנט מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער האט זיך ארויסגעלאזט קיין אמעריקע לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, און די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן איש את רעהו.
אין לויף פונעם טאג האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט ביקורי נימוסין ביי די אדמו"רי העיר, און צווישן זיי ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א, און ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א.
שפעטער נאך מנחה מעריב אינעם רבינ'ס אכסניא איז אפגעראכטן געווארן אן ענגער מעמד קבלת פנים ביי וועלכע דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און מיט גרויסע בכיות כדרכו ארומגערעדט איבער חבת ארץ הקודש און חבת ירושלים בפרט.
שפעטער אויף דער נאכט זענען אריבערגעקומען צום רבינס אכסניא די הנהלה פון כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, וואס ווי באקאנט פארמאגט דער רבי אן אויסנאמליכע ווארימקייט פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס און איז ארויס מגדרו צו אויפטרעטן ברבים עטליכע מאל ביי די רבי מאיר בעל הנס דינערס, אנדערש ווי דעם רבינ'ס שטייגער אנטלויפנדיג פון פרסום.
ס'זענען דערביי געווען אנוועזנד דער מנהל הכולל בארץ הקודש הרב שלמה פרוכטהענדלער, צוזאמען מיט הגאון רבי נפתלי נוסבוים, ראש ישיבת חיי משה, הגה"צ רבי שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א, אבד"ק דברי שמואל וראש הכולל תולדות אלעזר, און נאך חשוב'ע רבנים אין די הנהלת הכולל.
דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער די שטארקע הערצה פון אלע צדיקים הקודמים צו די הייליגע צדקה פון כולל חיבת ירושלים, און די חיבה יתירה פון דעם רבינ'ס זיידן הרה"ק מסטוטשין זצוק"ל, צו די קופה.
באזונדער האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט איבער די פרטי החלוקה און פעולות החסד פונעם כולל בכלליות, און באטראכט פארשידענע היסטארישע כתבי ידות פון די צדיקי הדורות אנבאלאנגט די פעולות הכולל.
לכבוד דעם באזוך האט דער רבי בייגעשטייערט א תמיכה נכבדה לטובת הכולל, און אנגעוואונטשן מיט ברכות טהורות פאר די הנהלת הכולל להתברך בכל משאלות לבבם לטובה.
פרייטאג זענען אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן המקובל הגה"צ רבי אביש צענווירט שליט"א, הגאון רבי נפתלי נוסבוים שליט"א ראש ישיבת חיים משה, הגאון רבי פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דבעלזא און נאך. שפעטער איז דער רבי אריבער אויף א באזוך למעון הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, מיט וועם דער רבי פארמאגט א נאנטן קשר זייענדיג א בריסקער תלמיד.
מוצאי שבת האט דער רבי אנטיילגענומען ביים שמחת התנאים פון אן אייניקל ביי הנגיד החסיד ר' חיים יהושע אסט הי"ו, מחשובי חסידי סטיטשין אין לאנדאן. דער רבי האט געטרונקען לחיים און פארפירט א שמועס מיט הגה"צ המקובל ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א.
שפעטער איז דער רבי ארויף צום שטוב פון הרב החסיד ר' שלום הערשלאג, מחשובי חסידי סטיטשין אין ירושלים, וואו ס'איז אפגעראכטן געווארן א סעודת מלוה מלכה לכבודו פונעם אורח הדגול.
צווישן די משתתפים ביי די סעודה איז געווען הרב הגאון רבי ירמיה דאמען שליט"א, ראש ישיבות בעלזא אין טעלסטאן, זון פון הרב החסיד המפואר רבי איטשע דאמען ז"ל, פון די פארצייטישע ראזוואדאווער חסידים, ווי הרב ירמיה, וועלכער איז עוסק יארן לאנג צו פארשפרייטן און פאראייביגן די הייליגע ראזוואדאווער ניגונים לאור עולם, האט ארומגעשמועסט מיט'ן רבי'ן שליט"א איבער די השתלשלות הענינים פון פארשידענע אלטע ראזוואדאווער ניגונים און נוסחאות.
שפעט מוצאי שבת איז דער רבי ארויסגעפארן קיין טבריא, וואו ער האט זיך אין לויף פון דער נאכט אויפגעהאלטן ביחידות ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק בעל מנחת יהודה מסטיטשין זי"ע, שטייענדיג ערב דער הילולא קדישא. צופרי, ביים אנקומען צוריק קיין ירושלים, האט מען געדאווענט שחרית אין דער אכסניא, און נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו קיין טבריא, פוקד צו זיין דעם ציון פונעם זיידן הרה"ק מסטיטשין זי"ע. דער רבי איז ערשט צוגעפארן אויף א באזוך צו דער אכסניא פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.
אינצווישן האט זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור חסידים אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים, וואס געפינט זיך היינט נעבן דעם בית החיים העתיק אין טבריא, וואו דער רבי איז אנגעקומען אויף תפילת מנחה און דערנאך אפגעראכטן א לחיים און משמיע געווען דברי התעוררות אלס הכנה צום עליה לציון הקדוש.
ביים פארלאזן די הכנסת אורחים האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן דעם מייסד הכנסת האורחים, הרב החסיד ר' איסר בריסק, אייניקל פון הרב החסיד המפואר ר' מענדל הוס ז"ל, מפארי חסידי סטיטשין.
ביים מעמד תפילת רבים ביים ציון הק' האט מען געזאגט די פופצן שיר המעלות בהתעוררות רב, נאכגעפאלגט מיט יהי רצון און קדיש. פון טבריא איז מען ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון, וואו מען האט געדאווענט תפילת מעריב אויפ'ן דאך פון דער מערה. נאך מעריב האט דער רבי משמיע געווען דברי התעוררות וכיבושין.
דערנאך איז מען אריין אינעווייניג אין דער מערה, געזאגט קאפיטל קי"ט אין תהלים, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום ציון און מתפלל געווען א תפילה קצרה מיט אויסטערלישע בכיות לישועתן של ישראל. ביים ציון האט דער רבי זיך באגעגנט מיט כ"ק אדמו"ר מטבא דשמואל ספינקא שליט"א און מיט הגאון ר' משה בראנדסדארפער שליט"א, גאב"ד היכל הוראה.
ביים פארלאזן מירון האט זיך דער רבי געזעגנט מיט די חסידים איידער'ן ארויספארן צום לופטפעלד אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק, וואו דער רבי האט דעם אנדערן טאג, דינסטאג, געפראוועט די סעודת הילולא רבתי לכבוד דער יארצייט פונעם זיידן, דער סטיטשינער רב זצ"ל, בבית מדרשו של רבי אין בארא פארק.


























































הגה"צ ר' שמואל בראנסדורפר שליט"א - חבר בד"ץ דעדה החרדית - ובנו בעל 'קנה בשם' זצ"ל - איז אויך געווען אויף א באזוך ביים רבי'ן אין זיין אכסניא - ספעצעיל געקומען צו פארן פון מקום מושבו בעיר בית שמש