top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גאווערנער פון ניו יארק פרוי האקול אויפגענומען ביי איינדרוקספולע אויפנאמע במעון הקודש פון האד' מסאטמאר

לפני 11 שעות
זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

מיטן ריכטיגן כבוד המלכות איז דעם מאנטאג אויפגענומען אין קרית יואל די הויכגעשעצטע גאווערנאר האוקול, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט שטייענדיג בעפאר די וואלן אין ניו יארק וואו דער גאווערנער לויפט פאר ווידערוויילונג.


דער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט א פייערליכן אויפנאמע אויפ'ן גרויסן באדן נעבן די בניני "בית רחל דקרית יואל", וואו די איבער זעקס טויזנט תלמידות פון די סאטמארע מוסדות האבן אפגעגעבן דעם פארדינטן כבוד פאר די גאווערנאר פאר אירע כסדר'דיגע לייסטונגען לטובת די יהדות החרדית אין ניו יארק, און פון דארט איז די גאווערנאר צוגעפארן לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די חברי הנהלת עיר קרית יואל, חברי הנהלת המוסדות און אנדערע עסקנים, צווישן זיי דער עסקן מוה"ר שמחה אייכנשטיין הי"ו סטעיט אסעמבלימאן, וועלכער ארבעט איבערמידליך אין אלבאני פאר די אינטערעסען פונעם היימישן ציבור, הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו מגדולי עסקני יהדות ניו יארק, און נאך.


ביים אויפנאמע וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין דעם רבינס פראווע שטוב, איז די גאווערנאר געזעסן צוזאמען מיט די הויכגעשעצטע סאטמארער רעבעצין תליט"א און אירע טעכטער, ווען ארום א באזונדערן טיש ביים אנדערן עק זענען געזעסן די עסקנים ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די גאווערנאר איז באגריסט געווארן דורך העסקן הנמרץ מוה"ר גדלי' סעגעדין הי"ו ווילידזש אדמיניסטראטאר, וועלכער האט ווידעראמאל ארויסגעברענגט דעם שעצונג וואס מען שפירט צו די גאווערנאר, סיי פאר'ן באשיצן דעם ערליכן חינוך, און סיי פאר די אנדערע לייסטונגען וואס מען געניסט כסדר, ובפרט פאר די מאסיווע הילף וואס זי האט געשאנקן פאר די געברויכן פון קרית יואל, וואסער, ראוד-אינפראסטורקטור און נאך.


נאכ'ן איבערגעבן פאר די גאווערנאר די ווערטער פונעם רבי'ן שליט"א, דעם הכרת הטוב פאר אירע לייסטונגען פאר'ן ערליכן חינוך, האט דער שמועס זיך פארקירעוועט איבער דעם נויטיגן געברויך פאר "האוזינג" אין קרית יואל, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט ספעציעל געבעטן די גאווערנאר צוצושטיין פאר קרית יואל מיט וואס נאר מעגליך, אז קרית יואל זאל כסדר קענען בויען און זיך אויסברייטערן אן קיין שטער.


איבערגעבנדיג דעם רבי'נס בקשה פאר די גאווערנאר האט ר' גדלי' הי"ו ארויסגעברענגט, אז די אלע "זעקס טויזנט" תלמידות בליעה"ר ביי וועמען די גאווערנאר האט פריער באזוכט, אלע וועלן אי"ה חתונה האבן אין קרית יואל במשך די קומענדיגע יארן, צוזאמען מיטן כסדר'דיגן וואוקס פון די שטאט, אויף וועלכן עס פעלט זיך אויס אז מען זאל קענען כסדר בויען פרישע דירות, גאסן און געגנטער, און צו פארזיכערן אז האוזינג איז צוגענגליך פאר יעדן, אויף וואס דער רבי שליט"א פארלייגט כסדר אומערמידליכע כוחות פאר'ן ווייטערדיגן צוקונפט פון די שטאט.


ביים זיצונג איז געווארן קלאר אויפגעברענגט די כסדר'דיגע ארבעט צו שטופן די בילדערס און דעוועלאפערס אין קרית יואל צו בויען ווי מער דירות, מיט א פעסטע מיסיע אויף עפארדעבל פרייזן, ווי די תקנות וואס דער מרא דאתרא דער רבי שליט"א האט איינגעשטעלט. מ'האט אויפגעברענגט פארשידענע שטערונגען וואס קומט פון געוויסע סטעיט אגענטורן, און מ'האט באהאנדלט דעם קריטישן נויט פאר פרישע גאסן, שכונות, און בנינים, גענוג וואסער און סוער, און די נויטיגע אנעקסעישאן פראצעדורן וואס האלט שוין אינמיטן.


ביים זיצונג האט זיך צווישן אנדערע אויך באטייליגט דער בונה ומקים עולמות של תורה, הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, וועלכער האט אליין געשפילט א צענטראלע ראלע אין ארויסהעלפן קרית יואל פונעם סוער-קעפעסיטי קריזיס ביים איבערבויען די הויפט סוער-ליניע צו שכונת ויואל משה, און האט פארגעלייגט פאר די גאווערנאר פארשידענע וויכטיגע געברויכן וואס פעלט זיך אויס צו קענען גיין ווייטער.


אזוי האט מען אויפגעברענגט נאך פארשידענע טעמעס פאר די אינטערעסן פון קרית יואל און אלע ניו יארקער איינוואוינער, און נאכן ערהאלטן ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א, האט דער באזוך זיך אפגעענדיגט, איבערלאזנדיג די גאווערנאר טיף באאיינדרוקט פון פון די רייכע אויפנאמעס וואס האט איר טיף איבערגענומען.



תגובות


bottom of page