top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור חג: האד' רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא באזוכט אין קרית יואל און מאנסי לכבוד המועד

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, ד' דחול המועד סוכות, איז האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א, גאב"ד מאראקא, אנגעקומען קיין קרית יואל, וואו ער האט צוערשט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אין די סוכה בבית נאוה קדשו, לברך ולהתברך לכבוד המועד.


דער רבי מיט'ן רב האבן פארצויגן א שיינעם שמועס אויף לשון הקודש, ווי מען האט ארומגעשמועסט איבער די חכמי מאראקא, די ראשונים און אחרונים וואס האבן דארט געוואוינט, ווי דער רי"ף, דער רמב"ם, און נאך, און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די מוסדות התשובה "שובה ישראל" צעשפרייט איבער די גארער וועלט, וואס שטייט בנשיאותו פון הרב פינטו. נאכדעם האט דער רב פארגעשטעלט פאר'ן רבי'ן זיין עלטסטן זון, הרב יואל משה פינטו, וועלכער טראגט דעם הייליגן נאמען פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. נאכן באזוך האט דער רבי ארויסבאגלייט דעם חשוב'ן גאסט ביותרת הכבוד.


 פון דארט איז דער רב ארויס אויפן פעלד צום בית החיים אין קרית יואל, וואו ער האט מתפלל געווען א תפילה קצרה ביים ציון הקדוש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. אויפן וועג ארויס פונעם ציון זענען פילע אידן צוגעקומען מיט הזכרות און בקשות להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


פון דארט איז דער רב געפארן קיין מאנסי, וואו ער האט פוקד געווען דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן ריבניצער רבי'ן זי"ע, שטייענדיג ערב די הילולא קדישא, און דערנאך באזוכט אין די סוכה פון הרה"צ רבי יעקב לייב טווערסקי שליט"א, האדמו"ר מטריסק-מאנסי, וואו ער האט אפגעראכטן א שלחן לחיים אין די סוכה אין ביהמ"ד לכבוד הושענא רבה, און משמיע געווען דברי תורה וברכה מענינא דיומא.



תגובות


bottom of page