טויזנטער פרייען זיך מיט ביי מלכות'דיגע שמחת החתונה פון נכדת האד' מסאטמאר אין "אולם הגדול" אין בארא פארק
מיטוואך פרשת וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי אברמי בלום שלמה ב.
שווער צו שילדערן די רגשי שמחה והתרגשות וואס נעמט ארום די טויזנטער סאטמארער תלמידים וחסידים, נאכ'ן מיטלעבן די מלכות'דיגע פייערליכע "שמחת החתונה" בחצר הקודש סאטמאר דעם זונטאג פ' וישלח, י"ב כסלו, אינעם ריזיגן "אולם הגדול" אין בארא פארק, בהשתתפות אלופי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, בקול רנה ותודה המון חוגג.
דער עמוד האש ההולך לפני המחנה, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האט בשעטומ"צ געפירט אונטער דער חופה נכדתו הכלה החשובה בתש"ק שתחי', בת בנו יקירו הגה"צ רבי יעקב דוב טייטלבוים שליט"א, אב"ד סיגוט, מיט'ן חתן זון פון הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס שליט"א אבד"ק ספינקא, בן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב.פ. שליט"א.
שוין א לאנגע צייט בעפאר זענען אנגעגאנגען די מאסיווע הכנות אהערצושטעלן און אויספלאנירן די ימי השמחה מיט אלע דעטאלן אויף א ספעציעלן גרויסן פארנעם אינעם "אולם הגדול" אין בארא פארק, מקום מושבו פונעם מחותן הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, וואס איז שוין אינעם עבר א הערגעשטעלט געווארן אויף אזא גרויסן שטייגער צו אקאמאדירן די סאטמארער חתונה.
אינעם יום החופה, במשך פונעם נאכמיטאג איז א גרויסער עולם אריין אל הקודש פנימה לביתו נאוה קודש פון גרויסן זיידן דער רבי שליט"א אין וויליאמסבורג, זיך צו געזעגענען בעת חדותא דמלכא, כנהוג. נאך מנחה בביתו נאוה קודש איז די גאנצע פמליא אריבערגעפארן קיין בארא פארק, צום גרויסן ביהמ"ד דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף 52, וואו עס איז פארגעקומען דער התעוררות'דיגער "קבלת פנים".
דאס בית המדרש הגדול איז געווען מלא וגדוש, די בעלי מנגנים, אינאיינעם מיט ר' יואל וועבערמאן הי"ו, האבן אנגעפירט מיט'ן זינגען דביקות'דיגע ניגונים, און מען האט געהערט דברי כיבושין פון האברך החשוב מוה"ר דוד מענדלאוויטש הי"ו, מחשובי חסידי סאטמאר אין בארא פארק, וואס האט ארויסגעברענגט די געהויבנקייט פון אט די הייליגע מאמענטן.
די עדים אויף דער כתובה זענען געווען הרבני החסיד רבי שאול פערלשטיין שליט"א, ראש הקהל דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און הרבני הנכבד רבי יודא ארי' לייב פריעדמאן, סגן ראש הקהל, און דערנאך איז דער רבי שליט"א און די מחותנים שליט"א אריבער צום "באדעקן", צום "אולם החדש" זאל, וואו עס איז פארגעקומען דער קבלת פנים פאר די נשים, און מ'האט אנגעטאן דעם קיטל פאר'ן חתן, און דאן איז מען ארויס צום מעמד החופה.
דער מעמד החופה איז אנגעפירט געווארן דורך די מנגנים ומשוררים פון דער סאטמארער קאפעליע, תלמידים וחסידים, וועלכע האבן געזונגען די צוגעפאסטע התעוררות'דיגע ניגונים, צום קול פון כלי זמר, בנבל וכנור. מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער ראש בית אב, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די עדי קידושין זענען געווען: הרה"ג רבי שלום גליק שליט"א, ר"מ במתיבתא דסאטמאר און הרה"ג רבי דוד ארי' באש שליט"א מו"ץ אין די קהילה.
מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ גאב"ד זענטא שליט"א, עלטער פעטער פון דער כלה. מיט די ברכות ראשונות איז נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב.פ. שליט"א דער זיידע פונעם חתן און מיט ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18, עלטער פעטער פונעם חתן.
נאכן חופה האט דער סאטמארער רבי שליט"א אנגעוואנטשן ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין אין פרייליכע טענץ, ובחוצות בארא פארק קול ששון ושמחה.
א פלאטע פון באסעס האט באלד נאך דער חופה געפירט דעם ציבור צום גרויסן "אולם הגדול" זאל, וואו די משתה ושמחת החתונה איז געפראוועט געווארן אויף א מלכות'דיגן פארנעם ברוב פאר והדר.
אין פאדערשטן טייל פון זאל האבן ארויסגעשיינט פילצאליגע נדיבי לב, נגידים ותומכי תורה, בונים ומקימים, ראשי קהילה ומנהלי המוסדות און דעלעגאציעס פון פארשידענע עסקנ'ישע פערזענליכקייטן, וועלכע שטייען אין פארבינדונג מיט הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א אין זיינע פעולות חובקות זרועות עולם לימין הקודש פון אביו דער רבי שליט"א און למען הכלל והפרט, ובמיוחד מיט די פעולות האדירות אין פדיון שבויים לשמוע אנקת אסיר, און אצינד זענען אלע געקומען לשמוח בשמחתו.
באזונדער האבן זיך אנגעזען די פילע מתפללים ובני הקהלה פון ק"ק עצי חיים סיגוט הקרובים אל לבו, שטייענדיג אלס רועה נאמן לעדתו, און די טייערע תלמידים ברך ה', פון "מתיבתא דסאטמאר", אין שפיץ פון זייערע מגידי שיעור, וועלכע זענען א גאנץ יאר צוגעבונדן צום סיגעטער רב שליט"א, וואס עינו ולבו שם כל הימים זיי צו העלפן שטייגן מעלה ומעלה און ארויסהעלפן מיט שידוכים.
בעת דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם זאל במלוא הודו והדרו, האט זיך די גאנצע ציבור געהויבן אין פלאמעדיגע ריקודין מיט א געוואלדיגן עקסטאז און התרוממות הנפש, דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך געוואשן צו דער סעודה, געטיילט שיריים פאר די קרובי המשפחות, און דערנאך געוואונטשן "לחיים". אלע וויילע זענען צוגעקומען צום אויבנאן פרישע רבנים און גדולי התורה, באריהמטע רבני'שע פערזענליכקייטן פון איבער ניו יארק און אומגעגנט וועלכע זענען געקומען אפגעבן זייערע וואריהמע מזל טוב ברכות צום גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און צו די חשוב'ע מחותנים.
עס האבן זיך אנגעזען צווישן אנדערע: האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, וויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, פינסק קארלין, בית חיים יהושע, צאנז זמיגראד, סערדאהעלי, וויען, סקאליע, בורשטין, אלכסנדר, הארדענקע, כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א, הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א, הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א, הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א, הגה"צ אבד"ק קארלסבורג שליט"א, הגה"צ אבד"ק קרית באבוב בת ים שליט"א, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים.
נאך די סעודה בעת אין זאל פראווט מען די געהויבענע ריקודין אונטן אויף דער ערד און הויך אויף די פארענטשעס און גאלעריען, האבן זיך מאסן פון טויזנטער חסידים אנגעהויבן שלענגלען, צו ווינטשן פערזענליך א ברכת לחיים וברכת מזל טוב פאר'ן גרויסן בעל שמחה דער רבי שליט"א און די אלע אנדערע געהויבענע מחותנים, פאר גאנצע צוויי שעה.
בשעת די ריקודין איז אויך דער געהויבענער מחותן, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, אראפ טאנצן מיט'ן ציבור און זיך משמח געווען מיט די קרובים וידידים, אנשי מעשה, עסקנים נכבדים, חברי הנהלת הקהלה והמוסדות, און תלמידי מתיבתא דסאטמאר.
קרוב צו חצות הלילה, נאך א קורצע הפסקה און ברכת המזון האט אויפגעטרעטן דער "בדחנא דמלכא" בחצר הקודש, ר' אלעזר קליין הי"ו, וואס מיט הערליכע חרוזים, מלאים רגש, האט ער זיך געשטעלט צוערשט אויפרופן בחרדת קודש דעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו ער האט בתוך הדברים געבעטן דעם רבי'ן שליט"א איינצורייסן פאר תושבי ארה"ק וועלכע בלוטיגן צוליב דער שרעקליכער גזירת הגיוס און מעורר געווען אז דער רבי שליט"א זאל משפיע זיין פאר אידישע קינדער כל משאלות לבם לטובה.
דער רבי האט געטרונקען לחיים און דערנאך אראפגעקומען צום צענטער פונעם זאל, בשעת מען האט געזונגען דעם התעוררות'דיגן ניגון "אני מאמין בביאת המשיח", און דעם ניגון התעוררות "רחמים רבים" פון הרה"ק רבי מיכל מזלאטשוב זי"ע, דאן האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש אויף די באקאנטע "זעקסטע הקפה ניגון", בעת דער ריזיגער ציבור פון אלפי החסידים איז איינגעהילט געווארן מיט אן אויסטערלישן התרגשות און זיך ממש געהויבן אין דער לופטן. דער רבי שליט"א איז געטאנצן אנגעכאפט מיט'ן חתן, בנו דער מחותן, אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א וגיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א כולו אחוז בשרעפיו.
דאן איז דער רבי געטאנצן מיטן חתן אויף דעם דביקות'דיגן סקולענער ניגון "אהללה ה' בחיי", בעת אלעס טאנצט און לעבט מיט דער שמחה, באזונדער איז דער רבי געטאנצן מיט בנו היקר דער מחותן הגה"צ אבדק"ק סיגוט שליט"א, און דערנאך אריינגענומען אין דעם רינג אלע קינדער און אייניקלעך, די זרע ברך ה', און דערנאך אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, די שוואגערס, די קינדער פון הגה"צ אבד"ק ביסטריץ זצ"ל, און דערנאך אלע אייניקלעך פונעם משפחת המלוכה פון אלע צדדים, בעת די אלפי חסידים טאנצן מיט בשמחה ובחדוה.
נאך די ריקודין פון רבי'ן שליט"א, האט מען ווייטער פארגעזעצט די ריקודין של מצוה, פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב.פ. שליט"א, דערנאך דער אבי החתן הגה"צ אבד"ק ספינקא שליט"א, און דאן דער געהויבענער מחותן אבי הכלה, הגה"צ סיגוטער רב שליט"א, ווען פאר זיין טאנצן זענען צוריק אריינגעקומען די תלמידי ה'מתיבתא', וואס זענען ארויס תיכף נאך דער מצוה טאנץ פון רבי'ן שליט"א.
דערנאך האבן געטאנצט לפני הכלה די שוואגערס פונעם רב שליט"א, בני וחתני כ"ק אדמו"ר משאפראן זצ"ל, און די געהויבענע חתונה האט זיך געשלאסן נאך מצוה טאנץ פון חתן כלה, מיט א העכערע שמחה, מרומם על כל ברכה ותהלה.





















































































































































































תגובות