בקרב המשפחה: באשיידענע שמחת הבר מצוה פון נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
לפני 3 דקות
זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פרשת וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א זון פון בנו הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק בית ישראל סידערהוירסט שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק פאפא ירושלים שליט"א.
צופרי פאר'ן דאווענען אין בית המדרש הגדול באבוב אין בארא פארק, האט דער רב שליט"א געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה.
ביינאכט איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה בקרב המשפחה אין א זאל אין שטאט בארא פארק, וואו דער רב שליט"א האט באשיינט בראש השמחה, געשאנקען פאר'ן בר מצוה בחור דרשה געשאנק, א בעכער, און משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה.
































תגובות