האד' מוויען וועט פראווען שב"ק וישב און ערשטע טעג פון חנוכה אין ירושלים עיה"ק מיט די בחורי החסידות
מיטוואך פרשת וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

די קומענדיגע וואך פ' וישב וועט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אונטערנעמען א געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, און פראווען א שבת מרומם און די ערשטע ליכטליך חנוכה אינאיינעם מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל.
דער רבי שליט"א קומט צו פארן קיין ארץ ישראל לכבוד די יארצייט פון אמו הרבנית מסאבאטהעלי ע"ה וואס געפאלט אויס ערב חנוכה, דער רבי שליט"א וועט אפרייזן קיין ארץ ישראל קומענדיגן אנהייב וואך, און וועט אין לויף פון די וואך זיך אויפהאלטן ביי די מקומות הקדושים אין גליל. שבת פ' וישב וועט דער רבי פראווען מיט די בחורי החסידות אין עיר הקודש ירושלים, און וועט אפרעכטן די תפילות און טישן אויף א געהויבענעם פארנעם אין די זאלן פון אור החיים אויף רחוב יואל.
זונטאג נאכט די צווייטע ליכטל חנוכה וועט דער רבי שליט"א אנצינדן די נרות ברוב עם הדרת מלך אין די אכסניא בבית הנגיד ר' שמואל באדאנסקי הי"ו אויף רחוב יואל. אויפצומארגנס דינסטאג מקץ וועט זיך דער רבי אומקערן לביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג אין פראווענען די איבעריגע ימי החנוכה בקרב חסידיו.







תגובות