top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענעם יום הכיפורים בצל האד' מסאטמאר בקרב חסידיו אין שטאט וויליאמסבורג

לפני 6 דקות
זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג חול המועד סוכות • י''ח תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אויף א געהויבענעם שטיגער איז אפגעראכטן געווארן דער הייליגער טאג יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט ווי אין די פארגאנגענע יארן געפראוועט דעם גרויסן טאג בקרב ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג.


ערב יום כיפור אינדערפרי האט דער רבי שליט"א מקיים געווען דעם מנהג פון כפרות אין קרית יואל, און האט מפקח געווען אויף די סדרי השחיטה אינעם בית השחיטה המהודרת, וואו דער רבי האט אויך בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים אינעם בית השחיטה און דערנאך ארומגעגאנגען אינעם בית השחיטה אין באגלייטונג פון הגה"צ רבי יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש, וועם דער רבי האט אנגעוויזן על כל פרט ופרט. דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם כפרות לאקאציע ביי די בוטשער געשעפט דקהל יטב לב אין שכונת זרע קודש, וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר השחיטה און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים.


נאכן דאווענען שחרית איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג. אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד היום, במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון די ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערן בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א. ביי די פלייש האט דער רבי געגעסן פון די הינדל מיט וועלכע דער רבי האט מקיים געווען דער מנהג כפרות בו ביום.


נאכ'ן עריכת השולחן האבן זיך געשלענגעלט לענגערע שורות וואו דער רבי שליט"א האט א לענגגערע צייט געבענטשט דעם ציבור לעת כניסת היום הק'. שפעטער אין טאג איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הנגיד ר' וואלף לאנדא הי"ו. די סעודת המפסקת האט דער רבי געגעסן פריוואט בביתו נאווה קודש און פארן זמן איז דער רבי ווידער געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד הגדול לכבוד היום.


במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ''ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג. גשים מול פני הקודש באימה, לעת ערב איז דער רבי שליט"א ערשינען ביים ארון הקודש, אנגעטוהן די טלית, קיטל, וועסטל, און קאפל פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע און אנגעהויבן משמיע צו זיין די כל נדרי דרשה מיט אן אש להבה ובבכי רב ועצום.


בין הדברים האט דער רבי נאכגעזאגט וואס דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט בשנת תשכ"ו אז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט געזאגט בשנת תרס"ו אז יענע יאר איז א עת פקידה פאר ביאת המשיח, האט דער סאטמארער רבי זי"ע געזאגט אז יעדע זעכציג יאר חזר'ט זיך איבער די שנת פקידה און האט שטארק איינגעריסן מען זאל זוכה זיין צו די גאולה בשנת תשכ"ו און נישט ח"ו דארפן ווארטן נאך זעכציג יאר. דער רבי האט אויסגעפירט מיט בכיות אז ליידער איז שוין יא אריבער נאך זעכציג יאר מען האט געהאפט אז שנת תשפ"ו וועט יא זיין ביאת המשיח אבער ליידער שטייט מען שוין ערב יום כיפור תשפ"ז ועדיין לא נושענו, און דער רבי האט נאכגעזאגט אז ביז יום כיפור ווערט נאך פאררעכנט אלץ די פריערדיגע יאר און אויב וועט מען תשובה טוהן דעם יום כיפור כדבעי קען מען נאך זוכה זיין צו די גאולה השלימה.


נאך די דרשה לעת כניסת היום האט די רבי שליט''א אנגעהויבן דעם ווידוי בקול בוכים און פארגעזאגט אויפן ארון קודש דעם התעוררות'דיגן תנועה פון 'אשמנו בגדנו' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות.


דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגענומען דעם ספר תורה און משמיע געווען דברי התעוררות זאגנדיג אז די ספר תורה שטייט און קוקט ווער סאיז יא מפייס און ווער נישט און יעדער דארף זיך מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, און מסיים געווען אז אויב מען וועט מפייס זיין די ספר תורה מיט אן אמת וועט די תורה זיין א מליץ יושר פאר כלל ישראל און מען וועט האבן א גמר חתימה טובה.


דער רבי איז ארומגעגאנגען דעם גאנצן ביהמ"ד און אריין אינעם צוגעלייגטן פליגל מיטן ספר תורה ווי דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג, במשכ'ן ארום גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי נאך דריי מאל געזאגט די פסוקים.


דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט "על דעת המקום" "כל נדרי" און ברכת "שהחיינו" מיט א געוואלדיגן התעוררות, און אזוי ממשיך געווען מיט תפלת מעריב און מיט די פיוטים און סליחות מיט גרויס התרגשות.


עיצומו של יום יום טוב אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין א פריע שעה, די בעלי תפלה זענען געווען, פסוקי דזמרה הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית האט געדאווענט דעם רבינס אייניקל הרה"ג רבי יואל אשכנזי שליט"א. דער רבי שליט"א איז געווען דער בעל קורא, און פארגעליינט די קריאה מיט גרויס התעוררות.


נאכן ליינען האט דער רבי צוגערופן הר''ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א - מראשי וועד החינוך שע''י מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, און זיך נאכגעפרעגט איבער די שטארקע אויפוואכונג איבער די פריצות'דיגע שייטלעך און איבער די תקנות המוסד בעניני כיסוי הראש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט די פרטי פרטים איבער די 'ראשי' אפליקאציעס און אויפגעפאדערט צו שטיין על המשמר בכל תוקף ועוז, והיה מחנינו קדוש.


שפעטער האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המוספין און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, ובפרט ביי די עבודה, און שפעטער ביים פיוט פון די עשרה הרוגי מלכות. בשעת די פיוטים האבן די קאפעליע משוררים פארגעזינגן די נייע ניגונים וואס איז פארפאסט געווארן לכבוד די ירח האיתנים.


ביי מנחה האט דער רבי עולה געווען מפטיר יונה, און געמאכט א מי שבירך פאר הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האט געקויפט דעם רבינס עלייה. לעת נעילת היום האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפלת נעילה בהתעוררות רב. קורץ נאכ'ן זמן רבינו תם, האט מען געבלאזן שופר, און דער רבי האט פארגעזאגט "לשנה הבאה בירושלים".


נאך מעריב האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה ברוב עם. שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת שולחן הטהור אין היכל ביהמ"ד הגדול, וועלכע איז בליץ שנעל איינגערישט געווארן, מיט הויכע פארענטשעס און נאך. א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געווען בשובע שמחות, מיט פרייליכע און לעבעדיגע ניגונים, באגלייט מיט מוזיק און טענץ, און די רבי שליט"א האט געזאגט תורה מעניני דיומא.


מען האט פארענדיגט דעם טיש ארום 1:00 ביינאכט, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה איידערן אהיימפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.



תגובות


bottom of page