פלענער פארעפענטליכט פון נייעם גיגאנטישן "בנין של שמחה וחסד" דק"ק באבוב אין בארא פארק
מאנטאג חול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אריינטרעטנדיג אינעם זמן שמחתינו פונעם יו"ט סוכות הבעל"ט, זענען פארעפנטליכט געווארן די פלענער פון דעם נייעם גיגאנטישן "בנין של שמחה וחסד" דק"ק באבוב וואס וועט אי"ה בקרוב געבויט ווערן אין בארא פארק, צו קענען אקאמאדירן אין איין בנין די פארצווייגטע פעולות של חסד פון די באבובער קהלה בראשות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק, האט די באבובער קהלה אונטערגענומען דעם פרישן פראיעקט, אויפצובויען דעם נייעם "בנין של שמחה וחסד" וואו עס וועלן איינקווארטירט ווערן די פארשידענע ריזן פראיעקטן פון צדקה וחסד בכלל, ובפרט ארויסצוהעלפן א אידן בעידן חדוותא ביים חתונה מאכן די קינדער בשטומ"צ און ביי אנדערע שמחות, צו קענען פראווען די שמחות מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.
לויט די פלענער וואס זענען פארעפנטליכט געווארן, וועט דער נייער בנין פארמאגן אזויפיל ווי "אכט שטאקן" פון וואס א גרויסער טייל וועט זיין געווידמעט אהערצושטעלן א צאל נייע "שמחה זאלן" מיט א ספעציעלע געלעגענהייט פאר די חברי הקהלה וואס גייען מיט מיט די פלענער פון "חיים של שלום" וואס איז נתייסד געווארן דורכ'ן באבובער רבי'ן שליט"א, וועלן קענען פראווען שמחות פאר ביליגע פרייזן, בנוסף צו די ביליגע שמחה זאלן אין בנין פון "בנות ציון" וואס וועט בעזהשי"ת ווייטער שפארן ריזיגע הוצאות בעת'ן פראווען שמחות.
אויסער דעם וועט דער בנין פארמאגן א גרויסער צאל "צימערן" ספעציעל פאר די חשוב'ע אורחים מחוץ לעיר און פון אויסלאנד וואס קומען כסדר צו פארן קיין בארא פארק, מיטצוהאלטן די געהויבענע ימים טובים און שבתים, ווי אויך די שמחות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אזוי צו קענען זיך אויפהאלטן מיט הרחבת הדעת אויף אן ערליכן שטייגער, ווי עס פאסט זיך פאר חסידים ואנשי מעשה.
באזונדער וועט אין דעם בנין אהערגעשטעלט ווערן די אפיסעס פון די פילע מוסדות החסד פון די באבובער קהלה, מיט א מעגליכקייט אויסצוברייטערן די מוסדות מיט נייע פעולות, צו וואס עס וועט זיכער צוגעבן דער הרבחת הדעת פון די נייע גיגאנטישע געביידע.
שוין מיט א צייט צוריק זענען חסידי באבוב בפרט, און תושבי בארא פארק בכלל, נתבשר געווארן די בשורה טובה איבער דעם נייעם בנין, זייענדיג א חידוש נפלא פאר זיך, אהערצושטעלן א גאנצער בנין בלויז פאר פעולות של חסד, ארויסצוהעלפן פאר אידישע קינדער בכל עת ובכל זמן.
דער בנין וועט אי"ה געבויט ווערן אויפ'ן פלאץ וואו עס איז פילע יארן געשטאנען די באבובער תלמוד תורה, וואו עס איז אריגינעל געשטאנען די נאוואמינסקער תלמוד תורה. נאכדעם וואס די תלמוד תורה איז איינקווארטירט געווארן אינעם נייעם גיגאנטישן בנין וואס איז אויפגעשטעלט, האט מען צואווארפן די געביידע, סותר על מנת לבנות דעם נייעם בנין, וועמענס פלענער עס זענען אויסגעארבעט געווארן מיט גרויס געניטשאפט, צו קענען נאכקומען דעם געברויך פון בעלי שמחה און אלע פעולות של חסד פון די פארצווייגטע מוסדות החסד פון די קהלה.
אצינד אז די פלענער זענען פארענדיגט, גרייט מען זיך שוין גאנץ אינגיכן אנצוהייבן מיט די ארבעט אהערצושטעלן דעם בנין, וואס וועלן זיין לשם ולתפארת אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק.






תגובות