וימת אהרן שם: עולם החסידות אין טיפן טרויער נאך הסתלקות פון חסידא ורחימא כ"ק אדמו"ר מדזשירקא זצ"ל
מאנטאג חול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט אומגעהויערע צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק, חסידא ורחימא, עושה חסד לאלפים, כ"ק אדמו"ר מדזשירקא הגה"צ רבי אהרן בריזל זצ"ל, וועלכער האט יעצט מיטאג צייט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון 73 יאר, נאכן נישט זיין געזונט די לעצטע שטיק צייט, לדאבון לב כל בית ישראל.
מיט'ן פטירה פונעם רבי'ן ז"ל איז איבערגעריסן געווארן א בריק פון אן אמאליגן באגריף פון א חסיד המתחסד עם קונו, און א מושלם בג' עמודי עולם, ובפרט אינעם עולם חסד יבנה, סימבאליזירנדיג א דמות פון "כל כולו חסד".
במיוחד איז דער רבי זצ"ל געווען אויסגעצייכנט מיט די מדה פון הכנסת אורחים אין וואס דער רבי האט זיך אריינגעווארפן מיטן גאנצן ברען און חיות באופן למעלה מן המשוער, שטייענדיג לימין אביון פאר די נצרכים און געסט סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקא וואס האבן געטראפן א ווארעמע היים אין דעם ביתו של אברהם אבינו, וואו דער רבי ז"ל איז זעלבסט געשטאנען געקאכט און צוגעגרייט די מאלצייטן פאר די אלע טויזנטער אידן האבן פערזענליך נהנה געווען פון אים במשך השנים.
דער דזשירקא רבי ז"ל איז געבוירן געווארן כ"ז ניסן תשי"ג אין עיה"ק ירושלים צו זיין פאטער הרה"צ רבי פנחס בריזל זצ"ל מחשובי חסידי קארלין וואס האט געשטאמט פון דורי דורות גדולי וצדיקי ירושלים, און צו זיין מוטער ע"ה טאכטער פון הגה"ח ר' חיים ליפשיץ הי"ד דיין אין קליינווארדיין, דער רבי האט געצויגן א הערליכע יחוס צו פילע צדיקים וקדושי עליון צווישן זיי דער הייליגער ישמח משה, אריה דבי עילאי, בני יששכר, דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק, רבי שלמה זלמן פון וויעליפאלי, און נאך.
אלס קינד איז דער רבי נתגדל געווארן אין די קארלינער מוסדות אין ירושלים, און שפעטער אלס בחור איז ער אריין לערנען אין די סאטמארער ישיבה וואו ער איז געווען פון די אריות שבחבורה, נודע בשערים מיט זיין התמדה און שקידה, און ספעציעל האט ער אנגעקניפט א קשר אדוק ואמיץ מיט'ן ראש ישיבה הגה"ק רבי משה אריה פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים גדולות ונצורות און אים מסמיך געווען להוראה. דאן איז ער געווארן מקושר בלב ונפש צו הרה"ק מסאטמאר זי"ע צו וועם ער פלעגט כסדר פארן זיך מסתופף זיין בצל קדשו און כל ימיו האט ער זיך געקלאמערט צו גיין אין זיין הייליגע דרכים.
כשהגיע לפרקו, האט דער רבי חתונה געהאט מיט די חשובע רעביצין תליט"א, טאכטער פון הרה"ח רבי אליעזר ראטשילד ז"ל מחשובי חסידי סאטמאר אין ירושלים, און איז דאן פארבליבן וואוינען אין ירושלים עיה"ק, וואו ער האט ממשיך געווען מיט זיין התמדת התורה אויף א געהויבענעם שטייגער.
נאך די הסתלקות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט דער רבי זיך מדבק געווען אין מורו ורבו כ"ק אדמו"ר רבי ברוך שלום אשלג זצ"ל זון פונעם בעל הסולם זי"ע, פון וועם דער רבי האט יונק געווען דעם אייגנארטיגן דרך אין עבודת ה', אין לימוד פנימיות התורה און אין מידת החסד והרחמים, ליב צו האבן און מקרב זיין יעדער אידיש קינד.
זייענדיג סמוך על שולחן רבו איז דער רבי געווען מחשובי העדה און פון די ראשי החבורות, און נאך די הסתלקות בשנת תשנ"ב האט זיך א גרויסע קבוצה תלמידים מדבק געווען אינעם תלמיד חביב דער דזשירקא רבי זצ"ל וועלכע האט דאן געגרינדעט זיין הויף אויפן דרך לבית אשלג.
דער רבי האט קורא שם געווען זיין הויף און בית מדרש 'עטרת מיכאל - דזשירקא' על שמו פון זיין זיידן הגה"ק רבי מיכאל ראטמאן זצ"ל אבד"ק דזשירקא, וואס איז טאקע אויך געווען נודע בשערים מיט זיין אויסטערלישע מידה פון הכנסת אורחים.
דער רבי האט מייסד געווען זיין ביהמ"ד אין ירושלים עיה"ק אין די בית ישראל געגענט און צען יאר דערויף האט דער רבי זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק וואו דער רבי האט אנגעפירט זיין ביהמ"ד די לעצטע פינעף און צוואנציג יאר.
במשך די אלע יארן כולן שוין לטובה איז דעם רבינ'ס הכנסת אורחים אפארט אנגעגאנגען סיי אין בארא פארק און סיי אין ירושלים וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די זומער חדשים, זייענדיג פתוח לרוחה פאר נצרכים און געסט וואס זענען געווען סמוך על שולחנו. דער רבי האט דאס אלעס געטון מיט א זעלטענעם פשטות און ליבשאפט און סבר פנים יפות, זייענדיג כסדר אויפגעלייגט מיט א שמייכל אויפן פנים, ספעציעל אין ירושלים איז דעם רבינ'ס בית המדרש געווען א אדרעס פאר צענדליגער בחורים וואס פלעגן זיך דערקוויקן פון די סעודות שבת וואס דער רבי האט אנגעפירט מיט א ספעציעלן חן און געשמאק.
במשך השנים האט די דזשירקא קהילה זיך צושפרייט מיט בתי מדרשים און קהילות אין בארא פארק, ירושלים, ביתר, בני ברק און לאנדאן וואו עס זענען פארהאן איגנעלייט ההולכים לאורו פונעם רבי'ן זצ"ל.
ספעציעל האט דער רבי געלייגט א דגש ממשיך צו זיין דעם אור פון לימוד תורת הנסתר אויפן שטייגער פונעם בעל הסולם פון אשלג, און האט אוועקגעשטעלט כוללים פאר אינגעלייט עוסק צו זיין בתורת הנסתר והקבלה אויפן אשלג'ער דרך, זיין ביהמ"ד איז געווען א בית ועד לחכמים ומבקשי השם.
דעם לעצטן זומער האט דער רבי זיך נאך אויפגעהאלטן אין ארץ ישראל און באשיינט עטליכע שמחות במעונו, אבער ביים זיך צוריקקערן קיין אמעריקא איז דער רבי שטארק אפגעשוואכט געווארן און איז זינט דאן געלעגן על ערש דווי בעת די חסידים איבעראל האבן מתפלל געווען לרפואתו המהירה האפענדיג אויף א ישועה מן השמים.
ליידער האט דער מצב זיך פארערגערט און יעצט נאכמיטאג האט דער רבי אויסגעהויכט זיין נשמה ליוצרה ובוראה איבערלאזנדיג אן הערליכן דור בנין וחתנין רבנן, זיינע זון הרב דוד מנשה בריזל שליט"א, הרה"ג רבי חיים בריזל שליט"א פון ירושלים, הרה"ג ר' יואל בריזל ר"מ ישיבת תורת חיים אנטווערפן, הרה"ג רבי צבי יעקב בריזל שליט"א רב ק"ק לאיקשאד בלומינגראוו, הרה"ג ר' יצחק בריזל שליט"א מדייני ק"ק סאטמאר אין קרית יואל, הרה"ג ר' ישראל משה בריזל שליט"א און הרב ברוך שלום בריזל שליט"א. די איידעמער הרה"ג ר' משה דוד קרויס שליט"א, הרה"ג ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א מנהל ארגון רב להושיע זון פון הגה"צ רבי חיים שלמה ראטטענבערג שליט"א מקאסאן, הרה"ג ר' צבי הירש ווייס שליט"א זון פון הגה"צ אב"ד חאמעלניק שליט"א, הרה"ג ר' שמואל הורוויץ שליט''א, הרה"ג ר' אפרים שטיין שליט''א זון פון הגה"צ אב"ד סאווראן שליט''א, און הרה"ג ר' יעקב הערש קרויז שליט''א זון פון הגה"צ אב"ד ראצפערט וויליאמסבורג שליט"א.
די לוויה וועט ארויסגיין היינט אום 3:30 נאכמיטאג פון דזשירקא ביהמ"ד אויף 5 דימעס עוועניו אין בארא פארק, אויפן וועג קיין מאנסי וואו דער רבי זצ"ל וועט קומען לקבורה אויפן בית החיים הר שלום אין עירמאנט.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה', אוי מי יתן לנו תמורתו.






תגובות