top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הקמת המצבה על קברו פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל אין שפיץ פון בניו האדמור"ים

לפני 3 שעות
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד נרגש "הקמת מציבה" על קברו פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל, וואס איז ליידער אזוי יונג אוועקגעריסן געווארן בשיא פריחתו, שקעה חמה שלא בעונתה.


היות די שלושים איז אויסגעפאלן אום מוצאי צום גדלי' און דער מנהג איז נישט צו שטעלן קיין מצבה אום חודש תשרי, האט מען באשטימט די מעמד הקמת המצבה אויף פאריגן דאנערשטאג וירא.


צו דער באשטימטער שעה האט מען זיך פארזאמלט ביים פרישן ציון המציונת פונעם רבי'ן זצ"ל אויפ'ן בית החיים אין ניו דזשערזי, בראשות דעם רבי'נס קינדער כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא שליט"א פון ארה"ק, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ספינקא שליט"א, און די איידעמער הרבנים שליט"א.


צוערשט האט מען געזאגט די מזמורי תהילים כנהוג, דערנאך האט מען געלערנט משניות און געזאגט קדיש. דאן האט מען געהערט די ווארעם הארציגע מילי דהספדא פון דעם רבי'נס קינדער, צוערשט דורך כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא שליט"א, דערנאך פון די צוויי איידעמער הרה"צ רבי בערל ראזנבוים שליט"א בן האדמו"ר ממאשלוי, און הרה"צ רבי יוחנן האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, וועלכער האבן ארויסגעברענגט די אבידה גדולה שאין לה תמורה.


נאך די הספדים האט דער ציבור זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון, באגלייט מיט תפלות חמות ובקשות פאר'ן מליץ טוב בגנזי מרומים, דער רבי זצ"ל, ער זאל איינרייסן למען צרכי עמך ישראל, ובפרט.



תגובות


bottom of page