שרי המלך: אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ מארטין מארקס באזוכט ביי האד' מסאטמאר
- לפני 21 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין
די וואך מיטוואך האט דער אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און פון די הויכראנגיגע באאמטע אינעם ווייסן הויז מארטין מארקס באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נאכן אפשטאטן א לענגערע באזוך אין קרית יואל.
העסקן ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט פארגעשטעלט זיינע פילע פעולות לטובת אחינו בני ישראל למען הכלל והפרט, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם פרעזידענט לטובת די רעליגיעזע געברויכן פון אלע בירגער, און צו די אידן בפרט.
צווישן אנדערן האט מען ארומגערעדט איבער די פעולות פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א לטובת אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה אין די תפיסות, ווי מען האט ב"ה באוויזן אויפצוטון פארשידענע פעולות לטובה נאכן באזוכן אינעם אויטיסוויל טורמע און די נאכפאלגנדע באזוך פונעם ווארדען פונעם טורמע בקודש פנימה ביים רבי'ן. מען האט אויסגעשמועסט וויאזוי מען קען פארברייטערן די פעולות לטובה איבער גאנץ אמעריקע און נאך פארשידענע ענינים לטובת הכלל, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן מארקס און זיינע באגלייטער.




















