top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גינסטיגע דערגרייכונג פאר מוסדות התורה אין ניו יארק נאך זיצונג דורך גדולי האדמור"ים מיט קאנגרעסמאן מייק לאולער

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג האט יהדות אמעריקע אויפגענומען מיט פרייד די גוטע נייעס אז וויכטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר חינוך, וועלכע טוט גאר שטארק ארויסהעלפן דעם עקזיסטענץ פון היימישע מוסדות און ישיבות אין די פאראייניגטע שטאטן, איז ב"ה אפגעראטעוועט געווארן, און וועט ווייטער בע"ה אנקומען צו די מוסדות און ישיבות, און ערמעגליכן די מוסדות צו ווייטער אנגיין ביתר שאת ויתר עוז.


דער זארג האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מיט א יאר צוריק איז באשטעטיגט געווארן פרעזידענט טראמפ'ס גרויסע לעגיסלאטיווע ביל, באקאנט אלץ די "ביג ביוטיפול ביל", וועלכע האט אריינגענומען אין זיך א רייע שניטן צו מערערע פראגראמען, אריינגערעכנט פראגראמען אין פארבינדונגען מיט עדיוקעישאן.


טראץ וואס פון דער ביל זעלבסט איז נישט געווען קלאר אז עס גייט אפעקטירן די פראגראמען, האט אבער די עדיוקעישאן דעפארטמענט מיט עטליכע חדשים צוריק ארויסגעגעבן רעגולאציעס באזירט לויט זייער אפטייטש פון געוויסע סעיפים וואס זיי האבן אפגעלערנט אויף א וועג אז עס זאל אויך אפעקטירן היימישע מוסדות און ישיבות.


ווען עס איז באקאנט געווארן עטליכע חדשים צוריק די ערשטע ווערסיע פון די רעגולאציעס, האט עס געברענגט גרויס זארג ביי אלע היימישע מוסדות, ווייל עס האט באדייטעט אז די היימישע מוסדות קענען מעגליך פארלירן די פראגראמען, עפעס וואס וועט אנמאכן א גאר גרויסע שאדן פאר אלע היימישע מוסדות און ישיבות.


פארגאנגענעם זונטאג אמור איז פארגעקומען א היסטארישע אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט דער באטייליגונג פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, אינאיינעם מיט'ן לאקאלן קאנגרעסמאן מייק לאולער, ביי וועלכע מען האט געבעטן דער קאנגרעסמאן צו טון אלעס אין זיין מעגליכקייט צו פארזיכערן אז די רעגולאציעס טוט נישט שאדן מאכן פאר היימישע מוסדות, און אז דער געזעץ ווערט נישט פאלש אפגעלערנט דורך ביוראקראטן אין די עדיוקעישאן דעפארטמענט.


ביי דער אסיפה האבן זיך אויך באטייליגט גדולי העסקנים ביים יהדות ניו יארק, צווישן זיי הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר; הרה"ח ר' יושע עסטרייכער הי"ו; הרה"ח ר' ישראל משה שפיטצער הי"ו מעיאר פון שיכון סקווירא, און נאך חשוב'ע עסקנים מטעם המוסדות.


ווי נאר לאולער האט געהערט איבער דער געפאר פאר די קריטישע פראגראמען האט ער זיך שטארק אריינגעלייגט דערין, ער האט גענוצט זיין פאזיציע, און געארבעט רונדע דעם זייגער צו ראטעווען די פראגראמען, זייענדיג אין  א כסדר'דיגן פארבינדונג מיט די עסקנים פון אלע קהילות, די אדמיניסטראטארן פון אלע היימישע מוסדות און ישיבות, און צו זיכער מאכן אז אין די ענדגילטיגע רעגולאציעס ווערט דער געזעץ ריכטיג אפגעלערנט, ביז דעם פארלאפענעם מאנטאג פינחס העעל"ט ווען עס איז אנגעקומען די גוטע נייעס אז די שווערע ארבעט האט זיך אויסגעצאלט, און מען האט באוויזן צו פארזיערן די פינאנציעלע שטיצע פאר די מוסדות התורה והחינוך.



bottom of page