חולקין כבוד למלכות: גאווערנער פון ניו יארק פרוי האוקעל עהרנפול אויפגענומען בביתו נאוה קודש פון האד' מסקווירא
דינסטאג פרשת לך לך • ט' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
מיט'ן העכסטן מאס כבודה של מלכות איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן אן עהרנפולע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר די הויכגעשעצטע ניו יארק סטעיט גאווערנער האוקעל, נאכדעם וואס די סקווירא קהילה מיט אירע טויזנטער שטים-בארעכטיגטע וויילער האט אפיציעל געמאלדן איר אינדארסירונג פאר די גאווערנאר'ס ווידערוויילונג ביי די בעפארשטייענדע וואלן אין אמעריקא.
אין די נאכמיטאג שעהן איז די פאליטישע סוויטע אנגעקומען קיין שיכון סקווירא לביתו נאווה קודש פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, וועלכער האט אויפגענומען די געסט ביי א רייך געדעקטע טיש. לענגאויס דעם טיש זענען געזעצן די פאליטישע באאמטע פונעם גאווערנערס אפיס, און פראמינאנטע עסקנים פון שיכון קווירא, אריינגערעכנט דער מעיאר הרה"ח ר' ישראל משה שפיטצער הי"ו, די ראשי הקהילה הרב אביגדור עסטרייכער הי"ו און הרב שלום בער פישל הי"ו, דעם ווילעדזש־דירעקטאר פאר פובליק זיכערהייט מו"ה ר' משה קאפף הי"ו, און נאך קהילה פארשטייער. קעגנאיבער דעם רבי'ן ביים עק טיש איז געזעצן די גאווערנער אינאיינעם מיט עטליכע פון דעם רבינס טעכטער און שנירן.
במשך דעם באזוך האט דער רבי שליט"א, וועלכער האט גערעדט אויף דער אידישער שפראך, אויסגעשמועסט מיט'ן גאווערנאר איבער א רייע ענינים העומדים על הפרק, און זיינע ווערטער זענען איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש דורך דעם מעיאר הרב ישראל משה שפיטצער הי"ו.
צווישן די הויפט טעמעס וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן איז געווען די גזירת החינוך, וואס אלס נאך אלץ נישט אראפ פונעם סדר היום ביים יהדות החרדית אין אמעריקע, און די אנגייענדע השתדלות צו פארזיכערן די ווייטערדיגע פרייהייט פונעם ערליכן חינוך לויט אונזערע מסורה.
דער רבי שליט"א האט אויך דערמאנט דעם נייעם ישוב קרית סקווירא, וואו דער גאווערנאר'ס אפיס האט אין די לעצטע תקופה ארויסגעוויזן א גרייטקייט צו העלפן מיט פארשידענע נויטיגע אנגעלעגנהייטן לטובת דעם נייעם ישוב. אזוי אויך איז ארויפגעברענגט געווארן דעם נייעם קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר.
ספעציעל איז דערמאנט געווארן לשבח דעם רפואה העלט סענטער, וואס שטייט צו דינסט די טויזנטער איינוואוינער פון שיכון סקווירא ומחוצה לה, און וועלכן דער גאווערנאר האט שוין געהאט די געלעגנהייט צו באזוכן אין דער פארגאנגענהייט.
ביים אויספיר האט דער רבי שליט''א גאר ווארעם באדאנקט דעם גאווערנאר פאר איר הילף און שטיצע במשך די יארן וואס זי איז אין אמט אלס גאווערנאר, און אויסגעדריקט די האפענונג אז זי וועט ווייטער שטיין צוהילף צו די אמעריקאנער אידנטום און זייערע געברויכן.
דער גאווערנאר האט טאקע פארשפראכן ווייטער צו שטיין צו דער הילף מיט אלע נויטיגע ענינים, און אויסגעדריקט איר גרייטקייט צו אנהאלטן די נאנטע צוזאמענארבעט.
ביים ענדע פונעם באזוך האט דער רבי געוואונטשן דעם גאווערנאר גרויס הצלחה צו די וואלן, און די זיצונג איז געשלאסן געווארן אין א גאר פאזיטיווע שטימונג מיטן האפענונג אז די גוטע באציאונגען זאלן ווייטער נושא פירות זיין, און ברענגען גינסטיגע רעזולטאטן לטובת הכלל והפרט.




















תגובות