top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געראטעוועטע פאסאזשירן פון פליי דוביי אינצידענט דאנקן און לויבן אויף די גרויסע ניסים ביי קבר רחל אמנו

לפני 4 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת לך לך • ט' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

עטליכע טעג נאך דער דראמאטישער אינצידענט מיט די פליי דובאי פליגער, זענען א צאל געראטעוועטע פאסאזשירן אנגעקומען צום ציון פון רחל אמנו, צו דאנקען דעם אויבערשטן פאר די גרויסער ניסים וואס זיי האבן זוכה געווען, און אפגעבן שבח והודאה מיט תפילות ותחנונים ביי דעם מקום הקדוש.


צווישן די אנוועזנדע האט ארויסגעשיינט ד"ר שוטה מוסייב, א ציינדאקטער פון חולון, וועלכער איז געווען צווישן די פאסאזשירן וואס האבן געשפילט אן אקטיווע ראלע אין דער צייט פון די דראמאטישע געשעהניש, און געהאלפן ראטעווען דעם פיילאט'ס לעבן און סטאביליזירן זיין מצב אין די קריטישע מינוטן וואס דער פליגער איז דורך.


דער מעמד הודאה איז מיטגעהאלטן געווארן דורך די חשובע לומדים פון דער רשת הכוללים פון מוסדות קבר רחל, בראשות דעם ראש הכולל הרה"ג רבי משה מנחם קלוגער שליט"א. ביים אנקומען צום ציון האבן די איבערלעבער זיך אפגעשטעלט צו זאגן פערזענליכע תפילות מעמקי לבם, און דערנאך האט מען אינאיינעם געזאגט "מזמור לתודה" און "נשמת כל חי", מיט די אינגעלייט און אנדערע באטייליגטע.


דורכאויס דעם מעמד האבן די איבערלעבער מיטגעטיילט זייערע געפילן און דערציילט אז אין די שרעקעדיגע מאמענטן האבן זיי זיך מחזק געווען מיט תפילה און אמונה, און נאכדעם וואס זיי זענען געראטעוועט געווארן, האבן זיי געשפירט פאר א פליכט אנצוקומען דווקא צו א מקום קדוש און דאנקען אויף די גרויסע חסדים וואס זיי האבן בייגעוואינט מיט זייערע אייגענע אויגן.


די איבערלעבער האבן באטאנט אז נישט נאר זיי זענען ארויסגעקומען מחוזק פון דעם אינצידענט, נאך אסאך אנדערע אידן אין ארץ ישראל און איבער דער וועלט האבן געהאט דערפון א חיזוק אין אמונה זעהנדיג וואו די יד העליונה האט געפירט די געשעענישן אויף טריט ביי שריט, כי לא יטוש השם את עמו.


ביים פארענדיגן דעם מעמד האבן די איבערלעבער און די אינגעלייט אויסגעבראכן אין טענץ און געזאנג נעבן דעם ציון. די קולות פון שמחה און הודאה האט אפגעהילכט ביז ווייט, ווען די מאמענטן פון שרעק און אנגעצויגנקייט וואס די איבערלעבער זענען אריבער אין יענע שווערע צייט, האבן זיך געענדיט מיט התרגשות'דיגע רגשי הכרת הטוב און שבח והודאה צום בורא כל עולמים, ספעציעל אין דעם מקום קדוש ביים ציון פון רחל אמנו, וואו צענדליגער טויזנטער אידן קומען כסדר צו מתפלל זיין און אויסבעטן ישועות, און דאנקען אויף די גרויסע ישועות וואס זיי האבן זוכה געווען.


דערהערנדיג דעם קול התורה פון די כוללים דארט ביים קבר רחל, האבן די איבערלעבער זיך אנגעשלאסן מיט די אינגעלייט בני עלי' וואס געפונען זיך בקביעות ביים ציון פון רחל אמנו ע"ה, טאג נאך טאג, דורכאויס דעם גאנצן יאר, אין משמרות רונדע דעם זייגער, זייענדיג בתורה און מרבה בתפילה פאר כלל ישראל, די קינדערליך פון רחל אמנו.



תגובות


bottom of page