ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן
- 9 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך למעון קדשו פון כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אין קרית יואל דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דינאפאלי, וועלכע איז געקומען קיין קרית יואל צוליב די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג.
דער סטעיט קאמפטראלער איז אריבערגעקומען צום רבין שליט"א צו טרעפן שטיצע ביים היימישן ציבור, און באקומען דעם קרית יואל בלאק וואוט אויף זיין זייט.
אנוועזנד ביים שמועס זענען געווען די חשובע עסקנים וראשי העיר, וועלכע זענען אין די טעג ספעציעל פארנומען מיטן גרינטליך אדורכטון דעם נושא פון אינדארסירונגען צו די בעפארשטייענדע וואלן. צווישן זיי איז געווען העסקן הרב גדלי' סעגעדין וועלכע האט פארגעשטעלט פארן רבי'ן די פילע טובות וואס דינאפאלי האט שוין אויפגעטוהן בעבר פאר אחינו בני ישראל אין ניו יארק ובפרט פאר תושבי קרית יואל, און די פלענער אויפן עתיד בס"ד.
דער שמועס איז געווען זייער א ווארימע שמועס און אפענהארציג, בפרט ווען דער סטעיט קאמפטראלער דינאפאלי איז שוין באקאנט צו זיין א לאנגיעריגע פריינט פאר קרית יואל בפרט און פאר היימישע אידן בכלל. דער רבי שליט"א האט ווידער ארויפגעברענגט דער חינוך טעמע און קלארגעשטעלט דעם אומבויגזאמען שטעלונג פונעם היימישן ציבור, אנגעבנדיג אז אונזער פארלאנג איז אויסדריקליך די אריגינעלע חינוך אן קיין שום פשרות אדער טוישונגען, און די רעגירונג זאל זיך בכלל נישט אריינמישן אין אונזער חינוך.
דורכאויס דעם באזוך אין קרית יואל, און די זיצונגען מיט די עסקנים, זענען אויסגעשמועסט געווארן גאר שטארקע ענינים וועלכע קענען בייהילפיג זיין לכל אורך הדרך, סיי לטובת דער שטאט קרית יואל און לטובת דעם חינוך הטהור און די עתיד הדורות אין ניו יארק.






















תגובות