top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור חיזוק דורך הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א ביי היימישע ארעסטאנטן אין פעדעראלע פארט דיקס טורמע

לפני 15 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת ויצא • ח' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

נעכטן אין די פארמיטאג שעות האט הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א באזוכט אין די פעדעראלע פארט דיקס תפיסה אין ניו יארק, צו מחזק זיין, זיינס א באקאנטער וואס שמאכטעט ליידער אין תפיסה.


אין דעם געלעגנהייט האבן די עסקנים פון די בארימטע צדק ארגענזאציע פארבעטן דעם רב שליט"א צו מחזק זיין די אידן וואס גייען ליידער דורך שווערע מיטמאכענישן צווישן די ווענט פון די תפיסות.


ביים אנקומען האט זיך דער רב שליט"א באגריסט מיט די ארטיגע הויכראנגיגע באאמטע, ווי אויך מיט די טשאפלעין וועלכע גיבט זיך אפ מיט די רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן אינעם טורמע. דערנאך איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אינעם ארטיגן ביהמ"ד ווי די אסירי ישראל האבן ענטפאנגען דעם רב שליט"א מיט גרויס שמחה, דער רב האט משמיע געווען א דרשה אויף ענגליש מיט שטארקע דברי חיזוק וואס זענען געווען נכנסים אל הלב און אריינגעבלאזן טללי תחי' אין די עצמות יבשות.


דערנאך האבן די אידן געהאט די געלעגנהייט פריוואט אריבערצוגיין זיך דורכרעדן מיטן רב שליט"א וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט.



תגובות


bottom of page